אינדיע, אַ היים פֿאַר דײַטש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן

India, WW II Refuge for German-Speaking Jews

ערמינאַ ספּעק (מאַדי מאַרטין), צווייטע פֿון לינקס; איר מאַמע, העלענאַ ספּעק, לינקס, און ערמינאַס ערשטער מאַן, סאַרטאַר באַהאַדור אוטאַם סינג (שטייט), בעת אַ נאָכמיטאָג מיט דער פּרינצעסין סיטאַ פֿון קאַפּורטאַלאַ (דריטע פֿון לינקס), אין די 1950ער יאָרן
ערמינאַ ספּעק (מאַדי מאַרטין), צווייטע פֿון לינקס; איר מאַמע, העלענאַ ספּעק, לינקס, און ערמינאַס ערשטער מאַן, סאַרטאַר באַהאַדור אוטאַם סינג (שטייט), בעת אַ נאָכמיטאָג מיט דער פּרינצעסין סיטאַ פֿון קאַפּורטאַלאַ (דריטע פֿון לינקס), אין די 1950ער יאָרן

פֿון מלך ווישוואַנאַט


Published March 19, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

דילשער ווירק
דילשער ווירק

ווען מאַדי איז געווען זיבעצן יאָר אַלט איז אין שטעטל אָנגעקומען אַ כוואַטסקער פּונדזשאַבישער אינזשעניר, סאַרדאַר באַהאַדור אוטאַם סינגה, און זיי האָבן זיך פֿאַרליבט. מיט גרויס קװענקלעניש האָט די מאַמע געגעבן דער טאָכטער דערלויבעניש חתונה צו האָבן מיט אים און דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך אין 1935 באַזעצט אין צפֿון־אינדיע, אין די פֿאָרבערג פֿון די הימאַלאַיאַ־בערג. ערמינע און איר מאַמע העלינע זענען מיט זיי מיטגעפֿאָרן און זיך דערבײַ געקלערט, אַז טאָמער גייט עס זיי נישט גוט, וועלן זיי זיך אומקערן קיין עסטרײַך. אָבער ווען מ׳האָט ערמינעס ברודער אין 1938 פֿאַרשיקט קיין דאַכאַו, און ער איז שפּעטער אומגעקומען אין בוכנוואַלד, איז שוין געווען קלאָר, אַז זיי מוזן בלײַבן אין אינדיע.

כאָטש ערמינע איז על־פּי הלכה געווען אַ ייִדישקע האָט מען זי אויפֿגעהאָדעוועט מיט דער קאַטוילישער אמונה. זי האָט זיך קיין מאָל נישט באַטראַכט ווי קיין ייִדישע, און קיין ייִדישע מינהגים האָט זי נישט געהיט. פֿונדעסטוועגן איז זי נישט געווען קיין שטרענג קאַטוילישע און האָט פֿון צײַט צו צײַט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ הינדוסישן טעמפּל צי אַ סיקכישן גורדוואַראַ. גערעדט האָט זי סײַ דײַטש סײַ פֿראַנצייזיש, אָבער די שפּראַך אין דער היים איז געווען ענגליש. זי האָט געהאָלפֿן דילשערן, אַז ער זאָל זיך אויסלערנען דײַטש און מיט דער צײַט האָט ער זיך אַוועקגעצויגן קיין ווין. הײַנט איז ער אַן אינזשעניר פֿון פּראָגראַמוואַרג אין קאַנאַדע, וווּ ער וווינט מיט זײַן ווײַב און קינדער.

אין די שפּעטערע יאָרן, בפֿרט נאָכן חתונה האָבן מיט איר צווייטן מאַן, דזשאָן מאַרטין — דער דירעקטאָר פֿון דער „דון־שול”, אַ וווינשול פֿאַר אינדישע ייִנגלעך — איז מאַדי געוואָרן אַ געזעלשאַפֿטלעכע טוערין. נאָך זײַן פּטירה האָט זי לעבן דער „דון־שול” געהאָלפֿן אויפֿשטעלן אַ צווייטע שול פֿאַר נויט־באַדערפֿטיקע קינדער.

כאָטש אַ סך פֿון די פּליטים האָבן נאָך דער מלחמה פֿאַרלאָזט אינדיע, זענען זייערע היימלענדער, עסטרײַך און דײַטשלאַנד, נישט געווען אַזוי נײַגעריק זיי צוריקצונעמען. במילא זענען אַ טייל פֿאַרבליבן אין אינדיע און חתונה געהאַט מיט אָרטיקע אײַנוווינער. די קינדסקינדער פֿון יענע פּליטים זענען הײַנט אין גאַנצן אײַנקולטורירט אין דער אינדישער געזעלשאַפֿט, אָבער בײַ די וואָס האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס אויפֿצודעקן מער וועגן זייער משפּחה־געשיכטע וועט ד״ר פֿראַנצעס פֿאָרשונג זיי שטאַרק קומען צו הילף.