צײַטן בײַטן זיך און בלײַבן דאָך די זעלבע. דער אונטערשײד צווישן סטאַלין און פּוטין איז נישט מער ווי אַ קאַצנשפּרונג. ווי סטאַלין, האַלט פּוטין דאָס פֿאָלק אין קנעכטשאַפֿט, שרעק און אָרעמקייט; האַסט שׂינאת־מוות די פֿרײַהײט, דעמאָקראַטיע, מענטשנרעכט און דער עיקר, די פֿרײַע פּרעסע.
אין פּוטינס שטײַגל איז לעצטנס אויך אַרײַנגעפֿאַלן אונדזער אַמעריקאַנער ביליאָנער „פּרעזידענט‟ — אַ מין לץ, אַן אַנאַלפֿאַבעט וואָס האָט זיך דערצויגן אויפֿן ספֿר־פּראַלניק און דעם פֿיפֿטן שולחן ערוך, כיטרע ווי אַ פֿוקס, צײכנט זיך אויס אין אַ וועלט פֿול מיט מויל־מלאכה, באָבע־מעשׂיות נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, און מיטגעשלעפּט מיט זיך אַ סטאַדע בלינדע שאָף, אויפֿגעשטעלט אַ קאַבינעט פֿול מיט ראַסיסטן און שׂונאי־ישׂראל, מיט דער גרעסטער הילף פֿונעם אויבערדעקל־קאָמיסאַר, טאָוואַרישטש פּוטין.
און איצט צו מײַן טאַטנס „אוניווערסיטעט‟. מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, איז געווען אַ העכסט אינטעליגענטער, באַלעזענער און קלוגער ייִד, הויך, ברייט־פּלייציק, מיט אַ רויטער טשופּרינע האָר און תּמיד געזוכט יושר.
איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אומשולדיקערהייט אין סטאַלינס גיהנום, וווּ צוזאַמען מיט אים זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן טויזנטער ייִדישע יוגנטלעכע און באַלד אַנטדעקט אַז מ’האָט זיי אַהין פֿאַרנאַרט מיטן ציל אויסצובויען די סיבירער טײַגע מיט די הונדערטער טויזנטער פֿרײַע און בחינמדיקע אַרבעטער־קנעכט, זיי באַזעצט אין שקלאַפֿן־לאַגערן אונטער קאָנוווי, אַרויסגעשיקט אָפּרייניקן די וועלדער און מיט זיי אויסבויען סיביר, אַרײַנגערעכנט זייערע באַראַקן וווּ ייִנגלעך און מיידלעך האָבן געהויזט צוזאַמען. און אַז די יוגנט הויזט איניינעם, איז סעקס פֿרײַ פֿאַר אַלעמען. אַזויערנאָך איז מײַן מאַמע טראָגעדיק געוואָרן מיט מיר און זיך פֿאַרשאָלטן דאָס לעבן.
וואָס טוט מײַן טאַטע? ער רופֿט צוזאַמען דעם עולם שקלאַפֿן אין זייער באַראַק און הייבט אָן פּריידיקן:
„וואָס טוען מיר דאָ אין שקלאַפֿן־לאַגער? מיר זײַנען געקומען אַהער פֿאַרבעסערן אונדזער דאָליע און אומשטענדן, געקומען זיך אויסבילדן, לעבן אין פֿרײַהײט מיט מענטשנרעכט, און צום סוף זענען מיר אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פּאַסטקע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.