(די 3 טע זײַט פֿון 7)
„יאָ, פֿאַרוואָס נישט? דו מוזסט האָבן אַ סך אינטערעסאַנטע מעשׂיות צו דערציילן. מיר קענען זיך טרעפֿן אויף מיטאָג, דעם ערשטן מאָנטיק וואָס איך וועל זײַן אין פֿלאָרידע.“
„גוט. דערמאָן מיך דעמאָלט דיר צו דערציילן ווי אַזוי כ׳האָב פֿאַרלוירן עטלעכע מיליאָן דאָלער.“
יעצט האָב איך זיך שױן אַלץ דערמאָנט. אָט דאָס איז דער מאַן וואָס קומט מיך באַלד אַרויסנעמען. כ׳האָב שוין כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרגעסן אין אים. דאָס קלינגען פֿון דער צעלקע האָט מיך צוריקגעברענגט צו דער איצטיקער צײַט.
„חנה־פֿײַגל? דאָס בין איך, סענדער. אין פֿינף מינוט בין איך בײַ דיר. איך קען זיך שוין נישט דערוואַרטן דיך צו זען פּנים־אל־פּנים. אַזוי פֿיל וואָכן שוין געוואַרט.“
נו, וואָס טוט מען ווען מ׳האָט נישט קיין ברירה? מע וואַשט זיך אָפּ דאָס פּנים, מע טוט אָן אַ שייטל און אַ ביסל שמינקע, מע רייטלט אָן די באַקן און מע גייט אַראָפּ וואַרטן אַז דאָס טירגלעקל זאָל קלינגען. ווי שלעכט קען דאָס זײַן? אין דער מאָמענט האָב איך געהערט דעם גלאָק. איך האָב געמיינט, אַז כ׳האָב שוין אַלץ געזען, אָבער איין קוק אויף דעם קאַוואַליר, בין איך געבליבן אָן לשון.
ער איז געווען הויך ווי אַ בוים און אויסגעדאַרט ווי אַ געזאַלצנער הערינג. אויסגעזען האָט ער ווי מע וואָלט אים ערשט געהאַט אַרויסגענומען פֿון ד׳רערד: גרוי און גרויליק. דאָס פּנים איז אים געווען סאַמע מאָרשטשקעס. איך האָב אויף אים געקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן, און ווען ער האָט זיך ברייט צעשמייכלט האָב איך דערזען לאַנגע, גרויע ציין.
„דו ביסט נאָך שענער ווי דײַן בילד,“ האָט ער געזאָגט, אָבער איך האָב אַפֿילו נישט געקענט אַרויסזאָגן אַ דאַנק. עפּעס אַ קלאַנג איז מיר יאָ אַרויס פֿון האַלדז, ענלעך צום בעטשען פֿון אַ קאָזע…
ווען איך האָב געזען וואָס ער טראָגט האָב איך זיך שיִער נישט צעלאַכט: צעריסענע דזשינס און צוויי צעריסענע לײַבלעך, איינס איבערן אַנדערן; ביידע אַלטע, גרויע, אויך מיט לעכער. דאָס אייבערשטע איז געווען צעשניטן בײַם האַלדז ווי מיט אַ שערל.
אַזוי טוט מען זיך אָן ווען מע טרעפֿט אַ פֿרוי צום ערשטן מאָל?
די איינציקע מעלה איז וואָס איך האָב באַלד דערפֿילט, אַז ער איז נישט ווי דער נעכטיקער רוצח. ער איז אַן איידעלער. ער גייט פּאַמעלעך און רעדט שטיל, אפֿשר נאָר ווײַל ער האָט נישט קיין כּוח. ווי עס זאָל נישט זײַן האָב איך נישט מורא געהאַט צו גיין מיט אים. כ׳וואָלט ליבער געשלאָפֿן, אָבער ער איז אַנדערטהאַלבן שעה געפֿאָרן מיך זען, מוז איך מיט אים כאָטש אַ ביסל צײַט פֿאַרברענגען, און איך בין שוין סײַ־ווי געווען אָנגעטאָן און גוט הונגעריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.