אַלצדינג האָט זיך געביטן ווען אונדזערע נאָענטע און ווײַטע פֿרײַנד האָבן זיך דערוווּסט אַז מיר זײַנען געוואָרן מיליאָנערן.
זייער קנאה און לעקן די פּאָדעשווע איז געוואָרן אוממעגלעך צו פֿאַרנעמען. מיר האָבן נאָך נישט געהאַט אין באַנק קיין גראָשן, אַלץ איז געווען אין אַקציעס אויף דער בערזע. יעדער שעה האָבן אונדזערע אַקציעס זיך געשפּאָלטן, מיר זײַנען יעדער רגע געווען ווערט מיליאָנען, צען מיליאָן! צוואַנציק מיליאָן! אָן אַ שיעור מיליאָנען.
האָב איך געזאָגט מײַן מאַן, מענדלען: „כּל־זמן מע זעט נישט קיין גראָשן דערפֿון, זײַנען מיר ווערט אַן אויסגעבלאָזן אײ.‟
אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן ווען מענדל איז אַרײַן אין ביזנעס מיט קאָמפּיוטערס בשותּפֿות מיט אַ פּאָר פּראָפֿעסאָרן און זײַן ברודער יאָסל, וועמען ער האָט אויסגעלערנט די מלאכה. גערופֿן האָבן זיי דאָס געשעפֿט „אַבאַקוס‟.
די שותּפֿים האָבן אײַנגעלייגט וועלטן אָנצוקומען צו דער בערזע אויף וואָל־סטריט. מענדל האָט נאָכגעגעבן, כאָטש געלט איז בײַ אים געווען בלאָטע, און בײַ מיר עפּעס וואָס אומפֿאַרשטענדלעך. ביידע זײַנען מיר אַרויסגעקומען פֿון אָרעמע היימען, געמוזט שווער אַרבעטן אויף צו פֿאַרדינען אויף חיונה, און דאָ אין מיטן עפּעס אַן אָנשיקעניש — מיליאָנען…
ווי געזאָגט, האָבן פּלוצלינג אונדזערע פֿרײַנד און באַקאַנטע, ייִדישע אינסטיטוציעס, ווער ס׳האָט געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס — „דאַווײַ!‟ גיב, טאַטעלע. די אײנציקע זאַך וואָס איז בײַ אונדז געווען איז אַ מאיר בעל הנס פּושקע. די חבֿרה חסידים האָבן נישט געוווּסט, געלויבט צו גאָט, אַז מיר זײַנען „מיליאָנערן‟; אַ נישט וואָלט מען אונדז זאַדישעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.