(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די צײַט איז געלאָפֿן, אונדזערע אַקציעס האָבן זיך געהאַלטן אין אײַן הייבן, און מיר האָבן נישט געזען קיין גראָשן דערפֿון צוליב אַ געזעץ אויף דער בערזע, אַז די אײגנטימער טאָרן זיך נישט צורירן צו דעם געלט ביז אַ געוויסער צײַט. דערווײַל איז אונטערגעקומען דאָס יאָר 1969 און מיר האָבן זיך נישט דערוואַרט און אַוועק אויף עליה קיין ארץ ישׂראל. מיטן מאָמענט וואָס מיר זײַנען אָגעקומען און אײַנגעשטאַנען אין אַ האָטעל האָבן מיר באַלד באַקומען אַ דרינגענדיקע טעלעגראַמע פֿון שלום־עליכם הויז, אונטערגעשריבן פֿון אַבֿרהם ליס, אַז מיר מוזן תּיכּף־ומיד זיך טרעפֿן מיט אים אין שלום־עליכם הויז.
אונדז האָט זיך געדאַכט אַז דער אַבֿרהם ליס וועט אונדז אויפֿנעמען ווי אַקטיווע ייִדישיסטן, אַרײַנגעטאָן אין דער ייִוואָ און שלום־עליכם שול 21 אין דער בראָנקס. וואָס? ווען? ס׳הייבט זיך נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס. דער ייִד איז אונדז גלײַך באַפֿאַלן מיט די ווערטער:
„עס איז דערגאַנגען צו אונדז די בשׂורה אַז איר זײַט מיליאָנערן, איז זײַט אַזוי גוט און נעמט אַרויס דאָס טשעקביכל, מיר נייטיקן זיך אין געלט.‟
מענדל און איך האָבן זיך איבערגעקוקט, באַליידיקטע. די מיליאָנען זענען נאָך אַלץ שטעקן געבליבן אויף דער בערזע אין ניו־יאָרק; איך גיי האָבן אַ קינד; מיר זיצן אין „האָטעל שרון‟ אין הרצליה פּיתוח, וווּ די גאַסן זײַנען נאָך נישט ברוקירט; מײַן עבֿרית איז אַ מינימאַלער; איך לויף אין די שפּיטעלער צוליב מײַן שוואַנגערשאַפֿט און כ׳האַלט אין איין באַשולדיקן זיך אין „געפֿינען אַ צײַט צו האָבן אַ קינד.‟
פֿון די מיליאָנען האָט זיך דערווײַל אויסגעלאָזט אַ בוידעם. מענדל האָט נאָך באַוויזן אָנצוזאַמלען גענוג געלט אויף אַ הויז, און ס׳רעשט איז אַלץ געגאַנגען דאָלוי. אָבער די גאַס, סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין דער מדינה, האָט אונדז ווײַטער געהאַלטן פֿאַר מיליאָנערן.
לאָמיך אײַך פֿאַרזיכערן אַז די שמועה איז געבליבן. מיר האָבן זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, אָנגעוווירן דאָס ביסל וואָס מיר האָבן דאָרט געהאַט, און מענדל און איך האָבן זיך געשטעלט אַרבעטן. מענדל בײַ יענעם און איך — אין קאָלומביע אוניווערסיטעט (25 יאָר) וווּ מיר האָבן פֿאַרזיכערט אונדזער הכנסה אויף צו צאָלן אַלע חובֿות. ס׳איז אונדז אָבער פֿאַרבליבן אַ ביטערער טעם אין מויל, פֿון די נאָענטע חבֿרים און פֿרײַנד, זשעדנע מענטשן און בכלל נישט קיין פֿאַרגינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.