נחמה ליפֿשיץ ע״ה — אַ בת־קול פֿון ייִדישן אויסדויער און בטחון

Nehama Lifshitz – A Divine Voice of Hope and Survival


פֿון דובֿ־בער קערלער

Published April 25, 2017, issue of April 27, 2017.

מע האָט זי באַקרוינט אויף כּלערליי אופֿנים. „דער סאָלאָוויי פֿון ייִדישן געזאַנג‟, „די שטים פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום”, „דאָס קול פֿון דער ייִדישער נשמה” אאַז״וו. מע וואָלט געמעגט אויך פֿאָרלייגן: דאָס בת־קול פֿון ייִדישן אויסדויער און בטחון.

איר עצם באַווײַזן זיך אין 1956 ווי אַ יונגע ברויזנדיקע זינגערין, אַ טיף אָריגינעלע קינסטלערין פֿון ייִדישן ליד, איז אַליין געווען אַ נס, אַן אויסגעבענקטער ייִדישער „אַף־על־פּי־כן” נאָך דעם דערשיטערנדיקן חורבן, ובפֿרט נאָך בלויז קנאַפּע דרײַ יאָר נאָך דער סטאַלינישער מאָרד־אַקציע איבער דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איצט אַז נחמה ליפֿשיץ האָט אונדז פֿאַרלאָזט, וועלן אונדזערע קענער און פֿאָרשער זיך אפֿשר אונטערגאַרטלען בעסער צו באַנעמען איר גוואַלדיקן קינסטלערישן אויפֿטו מיט זײַן ברייטער, ווירקלעכער קולטורעלער און געזעלשאַפֿטלעכער רעזאָנאַנץ.

מע האָט זי ניט ווייניק פֿאַרגליכן מיט אַנדערע גרויסע קינסטלער פֿון געזאַנג. אין 1965 איז אין מאָסקווע דערשינען די רוסישע איבערזעצונג פֿון עדיט פּיִאַפֿס מעמואַרן. איך אַליין האָב צו יענער צײַט, אַ זיבניעריקער בחורעץ און שוין אַ שטיקל „מבֿין” אויף נחמהס זינגען, זיך צוגעהערט מיט נײַגער ווי־אַזוי די טאַטע־מאַמע און זייערס אַ נאָענטער חבֿר, אַליין אַ געוועזענער ייִדישער אַקטיאָר — אַלעקסאַנדר הערצבערג — האָבן אַרומגערעדט די מעמואַרן פֿון דער גרויסער פֿראַנצויזישער שאַנסאָן־זינגערין, און פֿאַרגליכן די בולטע ענלעכקייטן צווישן עדיט פּיִאַף און אונדזער נחמה. ביידע ניט קיין איבעריק הויכע; ביידע מיט טיפֿע, הגם פּרינציפּיעל פאַרשיידנאַרטיקע, שטימען; ביידע שטראַלנדיק מיט אַזוי פֿיל טיף־רירנדיקער אויסדריקלעכקייט. צופֿעליק האָבן ביידע אויף אַ קורצינקער ווײַלע געזונגען אין דער זעלביקער שטאָט, ווען נחמה ליפֿשיצײַטע (מיט דעם „פֿאַרליטווישטן” נאָמען איז זי באַרימט געוואָרן איבערן גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) איז אויפֿגעטראָטן מיט מישאַ אַלעקסאַנדראָוויטש אין פּאַריז אין 1958.

דער פֿאַרגלײַך מיט עדיט פּיִאַף מאַכט אָבער אויך קלאָר דעם גוואַלדיקן אונטערשייד צווישן די צוויי געזאַנג־קינסטלערינס. איינע איז דאָס קול פֿון אַ סענסיטיוון און הויך טאַלענטירטן יחיד, וואָס רופֿט זיך אַזוי שטאַרק אָפּ אין די הערצער פֿון אירע אומצאָליקע פֿאַרהערער, בשעת די צווייטע איז ניט מער, ניט ווייניקער — דאָס לעבעדיקע קול פֿון אַ, שיִער פֿאַרשטומטן און, צום גרויסן טייל, פֿאַרטיליקטן ציבור: דעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד, ליטע און אוקראַיִנע.

גראָד יענע יאָרן, אין די 1960ער, זענען אויך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד שטאַרק פּאָפּולער געוואָרן די אַמעריקאַנער צווילינג־שטערן — די שוועסטער בערי. אַ יאָר נאָך נחמהס באַזוך אין פּאַריז זענען זיי אַפֿילו געקומען קיין מאָסקווע. למעשׂה זענען זיי ביז הײַנט אָן אַ פֿאַרגלײַך מער באַקאַנט און באַליבט אין רוסלאַנד איידער אין זייער אייגן היימלאַנד. לשם קאָנטראַסט, איז כּדאַי צו פאַרגלײַכן זייערע מונטערע, כּלומרשט עטוואָס־„געדזשעזטע” אינטערפּרעטאַציעס פֿון ייִדישן ליד און געזאַנג מיט נחמהס קונסט. די שוועסטער בעריס ברייטער דערפֿאָלג און זייער אַרטיסטישער אויפֿטו איז אויך געווען אַ שטיקל נס יענע יאָרן אין דער אַלץ מער ייִדיש־אָפּגעפֿרעמדטער אַמעריקע. מע קען אַפֿילו זאָגן אַז זיי זײַנען געווען די פֿאָרויסגייער פֿונעם שפּעטער אויפֿגעטויכטן אינטערעס צו ייִדיש און צו ייִדישער מוזיק איבער די רחבֿותדיקע קאַמפּוסן פֿון אָנקל סעמס מדינה. ס’איז אָבער אַן אַנדער מין זשאַנער: דער אופֿן און סטיל פֿון זינגען און אויפֿטרעטן איז אַנדערש, ווי אויך דער אינהאַלט און די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונג מיט זייערע אָפֿט בולט פֿאַרשיידנאַרטיקע מוזיקאַלישע אַסאָציִאַציעס און פּאָעטישע אינטערטעקסטן און אַלוזיעס.

איבערלאָזנדיק די מוזיקאַלישע זײַט פֿאַר די ריכטיקע קענער, וויל איך באַמערקן, אַז עס איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד וואָס שייך דעם מין לידער וואָס זײַנען אַרײַן אינעם רעפּערטואַר פֿון די שוועסטער בערי אַקעגן יענע וואָס נחמה ליפֿשיץ האָט אויסגעקליבן צו זינגען. לויט מײַן פֿאַרשטאַנד שטאַמט אַ באַדײַטנדיקע צאָל פֿון די שוועסטער בעריס רעפּערטואַר פֿון די שוין פֿריִער פּאָפּולער געוואָרענע טעאַטער־לידער און אַנדערע וואָס אַ ריי טאַלאַנטירטע אַמעריקאַנער ייִדישע מוזיקער און מחברים האָבן געשאַפֿן אין אַמעריקע. די שוועסטער האָבן אויך באַנײַט געוויסע עלטערע פֿאָלקסלידער, אָבער זייערע זאַפֿטיקע „שלאַגערס” זענען לאַוו דווקא פֿון יענעם „פֿאָלקס־ייִחוס”.