נחמה ליפֿשיץ ע״ה — אַ בת־קול פֿון ייִדישן אויסדויער און בטחון

Nehama Lifshitz – A Divine Voice of Hope and Survival


פֿון דובֿ־בער קערלער

Published April 25, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאַקעגן זשע נחמה ליפֿשיצס רעפּערטואַר פֿאַרמאָגט אי נײַ־אינטערפּרעטירטע פֿאָלקסלידער, ווי עס איז אָפֿט געווען אָנגענומען בײַ דעם עלטערן דור זינגער אין רוסלאַנד און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אי די נײַע לידער געשאַפֿענע אויף די טעקסטן פֿון ייִדישע פּאָעטן — פֿון ש. אַנ־סקי, איציק מאַנגער און שמואל האַלקין ביז אירע אייגענע בני־דור — די ייִדישע פּאָעטן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין דעם לעצטן סאָרט לידער האָבן די טעקסטן געמעגט זײַן פֿאָלקסטימלעך אָדער „געהויבן” פּאָעטיש, צי גאָר ביידע, אַבי עס זאָל ווערן אַ געראָטן זינגליד, סײַ מוזיקאַליש אַרטיסטיש, סײַ אינהאַלטלעך אויסדריקלעך.

איך געדענק נאָך פֿון די פֿריִע 1960ער יאָרן — צווישן 1963 און 1965 — ווי נחמה פֿלעג בעת אירע באַזוכן אין מאָסקווע קומען צו אונדז מיט איר דיקער העפֿט אין האַרטן אײַנבונד וווּהין זי פֿלעג עפּעס אַרײַנשרײַבן. האָב איך זי איין מאָל געבעטן זי זאָל מיר ווײַזן וואָס סע טוט זיך דאָרטן אין יענער העפֿט. דערזעענדיק דאָרט „פּאָעטישע” טעקסטן האָב איך זי געפֿרעגט: „דו שרײַבסט לידער?” עס האָט מיך שטאַרק פֿאַרחידושט, ווײַל לויטן קינדערישן שׂכל איז אויסגעקומען, אַז עס מוז זײַן אַ קלאָרע צעטיילונג אויף די, וואָס זינגען און די, וואָס שרײַבן לידער. האָט זי, לויט ווי ס’געדענקט זיך מיר, געענטפֿערט: „יאָ, איך פֿאַרשרײַב זיי.”

פֿאַרשטייט זיך, אַז נחמה האָט באַרײַכערט איר רעפּערטואַר אויך פֿון אַנדערע פּאָעטישע, „טרובאַדורישע” קוואַלן. דאָ איז אָבער וויכטיק צו דערמאָנען, אַז גראָד דאָס טעאַטער־ליד, וואָס זי האָט יאָ אויסגעקליבן און צוליב וועלכן זי האָט געמוזט זיך ראַנגלען מיט דער סאָוועטישער צענזור מע זאָל איר דערלויבן זי צו זינגען אויף די קאָנצערטן, איז דאָס ברייט באַקאַנטע „אלי, אלי” (געשאַפֿן נאָך אין 1896). אָט־דער אויסקלײַב איז אַוודאי ניט קיין צופֿעליקער, צי בלויז אַ ריין קינסטלערישער. עס האָט בפֿירוש צו טאָן מיט דער ברייטער און קרעפֿטיקער רעזאָנאַנץ וואָס דאָס דאָזיקע ליד האָט באַקומען סײַ אין די צײַטן פֿון רדיפֿות און שחיטות אין אוקראַיִנע בעת און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, סײַ שפּעטער אין די שרעקלעכע יאָרן פֿונעם גרויסן חורבן (אַ שטייגער אין וואַרשעווער געטאָ).

פֿאָלקסלידער און די לידער פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, מרדכי געבירטיג, נחום שטערנהײַם און אַנדערע האָט מען אויך געקאָנט הערן אין די פּרעכטיקע אויספֿירונגען פֿון אונדזער גרויסן מײַסטער טעאָדאָר ביקל און פֿיל אַנדערע. אָבער אין אַמעריקע, וווּ ייִדיש איז מער אַן ענין פֿון עטנישן זכּרון, אָדער בעסער געזאָגט: פֿונעם געירשנטן פֿאָלקסטימלעכן קולטורעלן עשירות, געהערט עס דעם תּחום פֿון פֿאָלקלאָר (כ׳זאָג עס, חלילה, ניט לגנאַי, גיכער לשבֿח). דאָס איז דער קולטור־געזעלשאַפֿטלעכער קאָנטעקסט פֿון דער געבענטשטער טעטיקײט פֿון רות רובין און טעאָדאָר ביקל.

אָבער אין דעם מזרח־אייראָפּעיִש פֿאַראַנקערטן קאָנטעקסט, אַפֿילו אין דעם נאָך־מלחמהדיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז דער טעם־און־זין פֿון נחמה ליפֿשיצײַטעס קונסט — בפֿירוש אַ ייִדיש־נאַציאָנאַלער אויפֿטו. דערפֿאַר אויך, ניט זײַענדיק מוותּר אויף דער פֿאָלקסשאַפֿונג און פֿאָלקסטימלעכקייט, פֿלעג זי אַזוי פֿאַרעקשנט אַרײַננעמען אין איר רעפּערטואַר סײַ עלטערע, סײַ נײַערע שאַפֿונגען פֿון ייִדישער פּאָעזיע גופֿא. דאָס פֿאַרמאָגן אַן אייגענע פּאָעזיע און צוריקברענגען אירע מוסטערן צוריק צום געזאַנג (ווי אַשטייגער דאָס קונסטליד בײַ די דײַטשן) איז שוין ניט בלויז אַן ענין פֿון קולטור־עטנישן זכּרון. ס’האָט שוין אויך באַשײַמפּערלעך צו טאָן מיט דער אַזוי־גערופֿענער „הויכער” קונסט ווען פֿאָלקס־שעפֿערישקייט ווערט מגולגל אין נאַציאָנאַלער קונסט.

ליידער איז מיר קיינמאָל ניט אויסגעקומען זיך נאָכצופֿרעגן בײַ נחמהן, צי זי איז געווען באַקאַנט מיט דער סאָפּראַן־זינגערין איזאַ קרעמערס קונסט נאָך אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן. ס׳איז דאָ ניט ווייניק פּאַראַלעלן צווישן זיי — ביידע געקומען צום ייִדישן ליד פֿון אַ קלאַסישער אויסשולונג אָנגעהויבן מיט אָפּערע־קונסט און ביידע האָבן גוואַלדיק באַרײַכערט און ראַפֿינירט די קונסט פֿון ייִדישן ליד און געזאַנג. חיים־נחמן ביאַליק האָט געעצהט איזאַ קרעמער זי זאָל אָנהייבן זינגען ייִדישע לידער — די לידער פֿון איר פֿאָלק, און שמואל האַלקין האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי־דרײַ יאָר פֿון זײַן לעבן געבענטשט נחמהס אויפֿשטײַג.

נחמהס קול און קונסט פֿאַרבלײַבט מיט אונדז אין כּמעט הונדערט רעקאָרדירונגען. און ווײַל עס איז אַזוי טיף ייִדיש — אי אייגנאַרטיק פֿאָלקיש, אי געהויבן נאַציאָנאַל, פֿאַרמאָגט עס אויך אַ דויערנדיקע קינסטלערישע ווערט פֿאַר יעדעמען וואָס האָט ליב געזאַנג, פּאָעזיע און מוזיק.

כּבֿוד איר ליכטיקן אָנדענק!