(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וועגן די אַנטי־ישׂראלדיקע, און אַ מאָל ריין אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן פֿונעם געװעזענעם בירגער־מײַסטער פֿון לאָנדאָן, קען ליװינגסטאָן, ווייסן שוין אַלע.
טאַקע דערפֿאַר איז מיר אַ חידוש וואָס זייער ווייניק נײַעסקוואַלן האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך דערמאָנט אַ זעלטענע גוטע בשׂורה פֿאַר ישׂראל: דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָט לעצטנס, ווי אַ טייל פֿון איר אָפֿיציעלער קאָמערציעלער פּאָליטיק, אָנגעשריבן אַ באַריכט, וואָס דריקט אויס אַ בפֿירושע אָפּאָזיציע קעגן בויקאָטיר־אַקציעס.
לויט אַ ידיעה אין דער ייִט״אַ, איז דער באַריכט איניציִיִרט געוואָרן דורך אַ פּראָ־ישׂראלדיקן איטאַליענישן דעפּוטאַט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, פֿולוויאָ מאַרטושיעלאָ.
מאַרטושעליאָ איז נישט דער ערשטער הויכראַנגיקער מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט וואָס קריטיקירט די בויקאָט־באַוועגונג. דער געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם פּאַרלאַמענט, מאַרטין שולץ, האָט נישט איין מאָל דערקלערט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד וועט בשום־אופֿן נישט שטיצן קיין קאַמפּאַניעס צו בויקאָטירן ישׂראל, און עטלעכע אַנדערע פּאָליטיקער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָבן אױך עפֿנטלעך פּראָטעסטירט קעגן די בויקאָטן.
דאָס איז אָבער דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ שטעלונג קעגן בויקאָט־אַקציעס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן שוואַרץ אויף ווײַס אין אַן אָפֿיציעלן דאָקומענט פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.
מאַרטושיעלאָ טענהט, אַז מע דאַרף שטיצן די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע נישט בלויז ווי אַן ענין פֿון יושרדיקייט, נאָר אויך צוליב פּראַקטישע סיבות, ווײַל אַ געראָטענע ישׂראלדיקע קאַמפּאַניע „וועט במילא אויך העלפֿן פּאַלעסטינע, ירדן און אַנדערע לענדער וואָס געפֿינען זיך אין אַזאַ אומסטאַבילן ראַיאָן.‟
ס׳איז מאַרטושיעלאָן זיכער נישט אָנגעקומען גרינג צו פֿאַרטיידיקן ישׂראל קעגן די „בי־די־עס‟־עלעמענטן אין דער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט, און נאָך מער — צו פּועלן בײַם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אָפֿיציעל אָפּצוּוואַרפֿן די בויקאָטיר־אַקציעס. עס קומט אים אַ האַרציקן יישר־כּוח דערפֿאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.