(די 2 טע זײַט פֿון 3)
נאָך דעם וואָס די „אױסטראַלישע בראָדקאַסטינג קאָרפּאָראַציע‟ האָט פּראָדוצירט צוויי דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן חב״דס באַשיצונג פֿון די סעקסועלע פֿאַרברעכער, האָט כּמעט די גאַנצע ישיבֿה־פֿאַרוואַלטונג רעזיגנירט. וואַקס האָט אָבער נישט אָפּגעלאָזט. דורך זײַן פּאָליטישער אַגיטיר־גרופּע, „קול ועז‟, האָט ער אין יאַנואַר 2017 אָנגעפֿירט מיט דער „גלאָבאַלער שפּיצן־קאָנפֿערענץ וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער אין דער ייִדישער קהילה‟, און אין מערץ האָבן וואַקס און אַנדערע כּלל־טוערס דערציילט אויסטראַליעס „רעגירונג־אויספֿאָרשונג פֿון אינסטיטוציעס באַשולדיקט אין סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער‟, אַז די חב״ד־קהילה האָט ממש אַרײַנגעלייגט די געליטענע אין חרם, נאָך דעם וואָס זיי האָבן עפֿנטלעך דערציילט וואָס מע האָט זיי געטאָן. דערצו האָבן וואַקס און זײַן חבֿרה געזאָגט דער קאָמיסיע אַז חב״ד האָט ווײַטער באַשולדיקט די געליטענע אַז דורך זייער פֿאַרעפֿנטלעכן דעם ענין האָבן זיי עובֿר געווען אויף די הלכות פֿון רכילות און לשון־הרע.
לכתּחילה איז די קעגנערשאַפֿט צו די פֿאַרטיידיקערס פֿון די געליטענע, ווי סיוואַלד און וואַקס, געווען אַן אויטאָמאַטישער רעפֿלעקס. הרבֿ שיע העכט, דער פֿאָרזיצער פֿון דער חב״ד־אינסטיטוציע National Committee for the Furtherance of Jewish Education, האַלט אַז די אָרגאַניזאַציעס וואָס שטיצן די געליטענע מיט אַזאַ „רעש‟ מאַכן די פּראָבלעם פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג נאָך ערגער.
„מיר ווייסן וואָס מיר דאַרפֿן טון, אָבער מיר מוזן עס דורכפֿירן שטילערהייט, אויף אַ דיסקרעטן אופֿן,‟ זאָגט העכט. „מיר מוזן אין זינען האָבן אַז אפֿילו דער געליטענער וויל נישט אַז די גאַנצע וועלט זאָל וויסן וואָס מע האָט אים געטאָן.‟
הגם דער הויפּט־מיטל בײַ די חרדישע ייִדן איז צו לייזן די צרה שטילערהייט, פֿאַרשטייען העכט און אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע טוער, אַז די פֿאָלק־באַוועגונגען (grass roots בלע״ז) האָבן באמת משפּיע געווען אויף די נאָרמעס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער קהילה. קיין איין הויפּטשטראָמיקע אָרגאַניזאַציע עצהט מער נישט די געליטענער צו רעדן מיט אַ רבֿ אַנשטאָט צו גיין צו דער פּאָליציי.
אַ דאַנק דער השפּעה פֿון די אָ פֿאָלק־גרופּעס, זענען שוין אויפֿגעקומען ספּעציעלע פּראָגראַמען צו דערציִען דעם עולם וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין אַ צאָל אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציעס: בײַ חב״ד, ישיבֿה־אוניווערסיטעט און בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים־סעמינאַרן ישיבת חובֿבֿי תּורה און ישיבת מהרת. ס׳רובֿ פֿון די פּראָגראַמען זענען צענויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך באַקאַנטע פּסיכאָלאָגן ווי שירה בערקאָוויץ, און פּסיכיאַטאָרן ווי מישעל פֿרידמאַן — און נישט פֿון רבנים.
בערקאָוויץ, וואָס האָט אין איינעם מיט וויקטאָר ווײַעט, דער גרינדער פֿון דער Gundersen National Child Protection Training Center צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה פּראָצעדורן וואָס מע דאַרף דורכפֿירן ווען מען איז חושד סעקסועלע באַלעסטיקונג, האָט באַמערקט: „אַלץ מער און מער רבנים פֿאַרשטייען שוין אַליין אַז אַזאַ ענין מוז באַהאַנדלט ווערן דורך עקספּערטן.‟
אַ טייל רבנים און אַנדערע כּלל־טוער אין דער פֿרומער קהילה האָבן שוין יאָרן לאַנג געטענהט, אַז מע מוז זיך ערנסט פֿאַרנעמען מיטן ענין, סעקסועלע באַלעסטיקונג. הרבֿ יוסף בלאַו, אַ משגיח רוחני בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט און אַ מיטגליד פון דער פאַרוואַלטונג פֿון דער JCW, האַלט שוין פֿון לאַנג אַז מע דאַרף אויסשולן די רבנים וועגן דעם ענין, כּדי זיי „זאָלן וויסן וואָס זיי קענען יאָ טאָן צו העלפֿן, און וואָס נישט.‟ און ד״ר דוד פּעלקאָוויץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּסיכאָלאָגיע און אויסבילדונג בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט שוין אַ סך געשריבן וועגן דער פּײַנלעכער ווירקונג פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אויף די געליטענע. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר לערנט ער די סטודענטן אינעם רבנים־סעמינאַר ווי צו דינען ווי עצה־געבער אין אַזוינע פֿאַלן, ניצנדיק בערקאָוויצעס פּראָצעדורן פֿאַר אַ safe shul, אַ פֿאַרזיכערטע סבֿיבֿה אין שיל.
„די אָרטאָדאָקסישע קהילות הייבן שוין אָן צו פֿאַרשטײן אַז דער עיקר מוז זײַן צו פֿאַזיכערן די געליטענע און זייערע משפּחות,‟ האָט פּעלקאָוויץ געזאָגט. „דער פֿאַרברעכער האָט זיך אַליין באַגראָבן מיט זײַן אויפֿפֿיר.‟
הרבֿ מאַרק דראַטש, דער עקזעקוטיווער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „אַמעריקאַנער רבנים־ראַט‟ (RCA), באַשטעטיקט, אַז די פֿאָלק־אָרגאַניזאַציעס האָבן געטון אַ סך אַרויסצוברענגען דעם ענין סעקסועלע באַלעסטיקונג אין דער עפֿנטלעכקייט. „איצט האָבן אונדזערע רעליגעזע פֿירערס ממש אַ חיובֿ צו ווערן אינפֿאָרמירט און צו וויסן ווי צו העלפֿן די געליטענע, כּדי מע זאָל אָנהייבן באַטראַכטן רעליגיע ווי אַ הילף, און נישט ווי קיין מיכשול, ווען עס רעדט זיך וועגן סעקסועלע עוולות קעגן קינדער,‟ זאָגט דראַטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.