אַ שטיקל האָפֿענונג פֿאַר געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג

Ray of Hope For Sex Abuse Victims in the Orthodox Community


פֿון ברכה פֿינקעלשטײַן

Published April 27, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

רבנים און אַקטיוויסטן זענען מסכּים: כאָטש די אָרטאָדאָקסישע וועלט האָט זיך ממשותדיק פֿאַרבעסערט אין דעם פּרט, זענען נאָך פֿאַראַן אַ צאָל פּראָבלעמען. ערשטנס, זעט מען ווי אַ טייל פֿון די פֿאָלק־אָרגאַניזאַציעס פֿאַרשעמען עפֿנטלעך די מענטשן וואָס זענען פֿאַרדעכטיקט אין סעקסועלע אָנגריפֿן, נאָך איידער די געליטענע האָבן זיי אידענטיפֿיצירט, און איידער מע האָט זיי אַרעסטירט. נאָך אַ גרעסערע פּראָבלעם האָט צו טון מיט דעם פֿאַרעלטער־געזעץ, ספּעציעל אינעם שטאַט ניו־יאָרק (וווּ עס וווינע ס׳רובֿ פֿון די אַמעריקאַנער פֿרומע ייִדן), וואָס פֿאָדערט אַז מע מוז גיין צו דער פּאָליציי איידער עס גייען פֿאַרבײַ פֿינף יאָר; נאָך די פֿינף יאָר, קען מען דעם אַטאַקירער מער נישט באַשולדיקן אין דעם פֿאַרברעכן. בערך 45 פּראָצענט פֿון די געליטענע קינדער דערציילן קיינעם נישט וועגן דער באַלעסטיקונג ביז יאָרן שפּעטער, ווען זיי זענען שוין דערוואַקסענע, און עטלעכע אַנטפּלעקן אַ גאַנץ לעבן נישט דעם ביטערן סוד.

ס׳איז קלאָר אַז די בײַטן אין דער פֿרומער קהילה בײַם באַהאַנדלען די סעקסועלע באַלעס­טיקונג פֿון קינדער קומען פֿאָר זייער פּאַמעלעך, בלויז מיט קליינטשיקע שריט, אָבער פֿון דעסט­וועגן, בײַט זיך עס טאַקע. אַ משל דערפֿון האָט מען געזען שוין אין פֿעברואַר 2015, בעת אַן אונ­טערנעמונג פֿון חב״ד, געשטיצט פֿון Jewish Community Watch אין לאָס־אַנדזשעלעס. הרבֿ אלחנן טאַובער, אַ באַקאַנטער פּוסק, האָט פֿאַר אַ גרופּע אָרטאָדאָקסישע רבנים דערקלערט: „עמעצער וואָס גיט נישט איבער דער פּאָליציי וועגן דער מעגלעכער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון אַ קינד, באַגייט אַליין אַן עבֿירה.‟


ווי אַזוי קען מען וויסן אויב אַ קינד איז אפֿשר סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן?

אַ קינד האָט אפֿשר געליטן פֿון אַ סעקסועלן אַטאַק אויב ער אָדער זי:

• פֿירט זיך אויף אויף אַ נישט–פּאַסיקן סעקסועלן אופֿן

• טשעפּעט זיך סעקסועל צו אַנדערע קינדער

• מײַדט אויס ספּעציפֿישע פּלעצער אָדער מענטשן

• ווײַזט אַרויס שרעק ווען מע רירט אים אָן

• בונטעוועט זיך אַ סך מער ווי פֿריִער אָדער ווערט שנעל אין כּעס

• זעט אויס ווי ער פֿאַרלירט דעם צוטרוי צו זיך

• ציט זיך צוריק וואָס מער פֿון זײַנע חבֿרים

• וויל נישט אָפּטרעטן פֿון די עלטערן

• פֿאַרוווּנדיקט זיך אַליין

• קען נישט שלאָפֿן בײַ נאַכט

• וויל נישט גיין אין קלאַס

• באַקלאָגט זיך אָפֿט וועגן בויכווייטיק אָדער קאָפּווייטיק, כאָטש ער זעט נישט אויס פֿיזיש קראַנק

• האָט סימנים פֿון סיניקעס און שמײַסצייכנס איבערן לײַב

קרעדיט: ד״ר דוד פּעלקאָוויץ