צוריק מיט די חבֿרה אין בוענאָס־אײַרעס

Back With Old Friends in Buenos Aires


פֿון דניאל גלאי

Published May 02, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

3. סטודענטישע יאָרן, פֿרײַנדשאַפֿט און געטרײַשאַפֿט

„אַוווּ וועלן מיר זיך טרעפֿן?‟ האָב איך געפֿרעגט.

„אין באַר לוטשיאָ. אויף סקאַלאַבריני אָרטיז און גועמעס,‟ האָט מען מיר געגעבן די פּרטים פֿונעם קאַוועהויז, וווּ מיר האָבן זיך געזאָלט טרעפֿן, אַ פֿינף חבֿרהלײַט, וואָס מיר האָבן דורכגעמאַכט צוזאַמען אומפֿאַרגעסלעכע פֿינף יאָר אין דער מיטלשול באַרטאָלאָמע מיטרע, די „מיטרע־שול‟, ווי מיר האָבן ליב געהאַט זיך צו קיבוצן, ווײַל די איבערוועגנדיקע מערהייט סטודענטן זענען דאָרט געווען ייִדן. בײַ אונדזער טישל זענען געזעסן כאָרכע מ. (פּסיכאָטעראַפּעווט), סילוויאָ פֿ. (פֿאָטאָגראַף), כאָרכע ג. (געשעפֿטסמאַן), ענריקע א. (פּסיכאָטעראַפּעווט) און מײַן ווייניקייט, דער גאַסט פֿון ישׂראל.

די אַטמאָספֿער איז געווען אַ פֿרײַע, האַרציקע און לעבעדיקע, מיט אַ שפּרודלדיקן הומאָר און אַ טיפֿן אינטערעס זיך צו דערוויסן איינער פֿון צווייטן. די גרייטקייט אויסצוהערן יעדעס וואָרט איז געווען דער בעסטער סימן פֿון אַן אָנגעייענדיקער פֿרײַנדשאַפֿט.

„אין ישׂראל האָבן מיר אַ סך צו פֿאַרבעסערן,‟ זאָג איך.

„נעם אין אַכט — ענטפֿערט מיר כאָרכע ג. וועלכער האָט געלעבט עטלעכע יאָר אין ישׂראל — אַז איר זענט אין מיטעלן מזרח, אַרומגערינגלט פֿון ביטערע שׂונאים, און פֿיל ענערגיעס זענען אָנגעוואָנדן צו פֿאַרזיכערן וואָס די ישׂראלים האָבן מיט אַזוי פֿיל מי דעראָבערט אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן. מ’טאָר זיך ניט שפּילן דערמיט.‟

„דו רעדסט וועגן דעם מצבֿ ווי ער איז, און איך, פֿון מײַנעטוועגן, רעד צו וואָס דארפֿן מיר שטרעבן,‟ האָב איך געענטפֿערט. „דאָס זענען צוויי באַזונדערע שטעלונגען. אויב אָבער מיר וועלן זיך אַלע צוהערן איינער צום צווייטן, וועט דעמאָלט דער דיאַלאָג זיך באַפֿרוכפּערן און צעוואַקסן…‟

בשעת דער טרעפֿונג און פֿיל טעג שפּעטער, הער איך ניט אויף צו באַוווּנדערן דעם כּוח פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און געטריישאַפֿט, וועלכע האָט זיך געשאַפֿן אין פֿאַרלויף פֿון יענע פּרעכטיקע סטודענטישע יאָרן. קיין שום כּוח קאָן עס ניט צונישט מאַכן. די פֿראַגע איז נאָר, ווי אַזוי קאָן אַזאַ פֿרײַנדשאַפֿט דינען אווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר צוקונפֿטיקע, נײַע פּאָזיטיווע ענדערונגען? אַז מען לעבט דערלעבט מען.