דער שולחן־ערוך, אַ באַרימטער אוצר פֿון הלכה, בלײַבט פֿאַר אַ סך מענטשן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט וועלטלעכע ייִדן, אַ מיסטעריעזער ספֿר, וואָס ווערט צומאָל באַטראַכט ווי אַ סימבאָל פֿון ריינער תּורה־ייִדישקייט, און צומאָל רופֿט אַרויס אויסטערלישע סקאַנדאַלן.
אין פֿעברואַר, האָט דער קאָנטראָווערסאַלער ישׂראלדיקער רבֿ יוסף אליצור, באַקאַנט ווי אַן עקסטרעם רעכטער טוער, דערקלערט, אַז על־פּי שולחן־ערוך מעגן די גויים דיסקרימינירן ייִדן; ווי באַלד אַ ייִד מעג, לויט זײַן ווילדער שיטה, דערנידעריקן אַ גוי, מעגן די אַנדערע פֿעלקער טאָן דאָס זעלבע צו די ייִדן. די דאָזיקע טעאָריע איז דערשינען אינעם רעכט־פֿרומען זשורנאַל „שבֿיעי‟.
ווי אַ בײַשפּיל פֿון פּאָזיטיווע נײַעס אַרום דעם שולחן־ערוך, קאָן מען דערמאָנען, אַז אין מאַרץ האָט דער ליובאַוויטשער נײַעס־וועבזײַט Collive.com איבערגעגעבן, אַז אויפֿן באַקאַנטן פֿרומען אינטערנעץ־קוואַל Chabad.org זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַלע הלכות־שבת פֿונעם „שולחן־ערוך הרבֿ‟ — דער הלכה־קאָדעקס פֿונעם „אַלטן רבין‟, דעם גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג.
אין 2015 האָט די אָרגאַניזאַציע SIE, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן איבערזעצן די שׂיחות פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין אויף ענגליש, בשותּפֿות מיטן ליובאַוויטשער פֿאַרלאַג „קה״ת‟, אַרויסגעגעבן דעם „שולחן־ערוך הרבֿ‟ אויף ענגליש, באַגלייט מיטן פּאַראַלעלן אָריגינאַל. דאָ גייט אָבער אַ רייד וועגן אַ דערפֿאָלגרײַכן תּמצית פֿונעם גרויסן שולחן־ערוך, וואָס די ליובאַוויטשער נעמען אָן ווי אַ וויכטיקער קוואַל פֿון פּראַקטישער הלכה.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, בעת אַ דיסקוסיע וועגן די מעלות און חסרונות פֿון דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט — מאָדערניזירט און קאָמפּיוטעריזירט פֿון איין זײַט, אָבער פֿאַרגליווערט און אָפּגעקערעוועט אַלץ ווײַטער אויף רעכטס אין דער צווייטער — האָט יעקבֿ שטרײַכער, אַ רוסיש־רעדנדיקער ישׂראלדיקער שלום־אַקטיוויסט, געבעטן מיך צו דערקלערן, וואָס איז דאָס בכלל, דער מיסטעריעזער שולחן־ערוך, וואָס די גאַנצע חרדישע וועלט מוז פֿאָלגן? אַפֿילו געבילדעטע וועלטלעכע ייִדן, וואָס זענען גוט באַקאַנט מיט דער ייִדישער קולטור און געשיכטע, ווייסן ווייניק וועגן די „מיסטעריעזע‟ גרויסע ספֿרים, וואָס שטייען אויף די פּאָליצעס פֿון שילן און ישיבֿות. אַחוץ די ישיבֿה־תּלמידים, ווער האָט כּוח אַזאַ ספּעציפֿישן ריזיקן טעקסט צו באַנעמען?
מילא, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט: ווער פֿאָלגט, אין דער אמתן, דעם גאַנצן שולחן־ערוך? דאַכט זיך, קיינער נישט, און ס׳איז דערצו בכלל אוממעגלעך.
פֿון די מתנגדישע קענגער פֿון חב״ד האָב איך שוין עטלעכע מאָל געהערט די טענה, אַז די ליובאַוויטשער האָבן „אויסגעטראַכט אַן אייגענעם שולחן־ערוך‟, מיינענדיק דעם דערמאָנטן הלכה־תּמצית פֿונעם „אַלטן רבין‟. צוליב היסטאָרישע סיבות, איז עס געוואָרן גאָר אַ וויכטיקער פּראַקטישער הלכה־קוואַל אין ליובאַוויטש און איינער פֿון די וויכטיקסטע בײַ די אַנדערע חסידים. אין די ליטוויש־מתנגדישע קרײַזן זענען פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי אַזעלכע הלכה־זאַמלונגען — למשל, דער „ערוך־השולחן‟ פֿון הרבֿ יחיאל מיכל עפּשטיין. נאָך פּאָפּולערער אין די נישט־חסידישע קרײַזן איז די „משנה ברורה‟ — אַן אַנדער זאַמלונג פֿונעם חפֿץ־חיים, אָנגעשריבן אין אַן ענלעכן פֿאָרמאַט.
אַזוי צי אַזוי, האָבן די הײַנטיקע פֿרומע ייִדן ליב צו זאָגן, אַז זיי לעבן לויטן שולחן־ערוך. אין דער אמתן, איז עס אַן אילוזיע. אין יעדער ישיבֿה לערנט מען טאַקע דעם דאָזיקן ריזיקן הלכה־קאָדעקס, אָבער די סטאַנדאַרטע מאָדערנע אויסגאַבעס פֿונעם שולחן־ערוך זענען באַגלייט מיט איבער אַ טוץ קלאַסישע אַלטע קאָמענטאַרן, וואָס קומען אָפֿט אין סתּירה איינער מיטן צווייטן. דער גרויסער דערפֿאָלג פֿונעם „שולחן־ערוך הרבֿ‟ אין ליובאַוויטש באַשטייט אין דעם, וואָס אין פֿאַרגלײַך מיטן קלאַסישן גרויסן שולחן־ערוך קאָן אַ פּשוטער מענטש עס פֿאַרשטיין, איבערלייענען — הײַנט אַפֿילו אויף דער אינטערנעץ — און טאַקע פּראַקטיש פֿאָלגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.