(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַפֿילו מיטן „שולחן־ערוך הרבֿ‟ איז די מעשׂה נישט אַזוי פּשוט. די ליובאַוויטשער אַליין פֿאָלגן נישט יעדן פּרט דערין. דער מעזשריטשער מגיד האָט געבעטן בײַ רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי אָנצושרײַבן אַ פֿאַרקירצטן תּמצית פֿונעם שולחן־ערוך פֿאַרן ברייטן חסידישן עולם. שפּעטער, ווען דער „אַלטער רבי‟ האָט ווײַטער אַנטוויקלט זײַן חב״ד־שיטה, האָט ער אָנגעהויבן פּסקענען מער על־פּי קבלה, צומאָל להיפּוך צו זײַן פֿריִערדיקער הלכה־זאַמלונג. די שפּעטערדיקע רביים און רבנים האָבן ממשיך געווען די קבלה־טענדענץ אין חב״ד. למשל, די הײַנטיקע ליובאַווישטער מאַכן נישט קיין „המוציא‟ בײַ שלש־סעודות; אַ שטיק לעקעך צי אַ פֿרוכט איז גענוג. דער דריטער חב״ד־רבי, דער צמח־צדק, דערקלערט, אַז שבת נאָך מנחה דערגרייכט אַזאַ הויכע מדרגה, ווי אין יום־כּיפּור, ווען מע טאָר בכלל נישט עסן. אינעם „שולחן־ערוך הרבֿ‟ שטייט אָבער קלאָר געשריבן, אַז בײַ שלש־סעודות מוז מען זיך וואַשן און פּראַווען אַ געהעריקע סעודה.
אַ טייל ספֿרדים שטרעבן יאָ צו לעבן מער אָדער ווייניקער לויט די שיטות פֿון רבי יוסף קאַראָ, דער מחבר פֿונעם אָריגינעלן צענטראַלן טייל פֿונעם שולחן־ערוך. זײַן ווערק שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן איבערגעאַרבעטן קיצור פֿון זײַן פֿריִערדיקן גרעסערן ספֿר, „בית־יוסף‟, וואָס אין אַ סך ספֿרדישע קהילות דינט עס ווי אַ פּראַקטישער הלכה־קוואַל. פֿאַקטיש טרעפֿן זיך אָבער בײַ די מיזרחדיקע ייִדן פֿאַרשיידענע מינהגים, וואָס שטימען נישט מיט יוסף קאַראָס פּסקי־דינים.
אַ סך הײַנטיקע אויסגאַבעס פֿונעם שולחן־ערוך זענען באַגלייט מיט אַ נאָטיץ, אַז די נעגאַטיווע באַציִונג צו גויים אין געוויסע הלכות איז חל בלויז אויף די אַמאָליקע זיבן תּנ״כישע פֿעלקער — „שבֿעה עממין‟ — וואָס זענען שוין לאַנג נישט בנימצא אויף דער וועלט. צוליב אַזעלכע איינצלנע עלעמענטן, האָבן די אַנטיסעמיטן אויך באַזונדערס „ליב‟ דעם דאָזיקן ספֿר.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ריי איטאַליענישע און דײַטשישע רבנים פֿונעם זעלבן פּעריאָד, ווײַזט יוסף קאַראָ טאַקע צומאָל אַרויס שאַרפֿע אַנטי־גוייִשע נטיות, הגם צו די מוסולמענער באַציט ער זיך אַ סך בעסער. זײַענדיק אַ פֿיר־יאָריק קינד, איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן, צוזאַמען מיט די אַנדערע ייִדן בעתן גירוש־ספֿרד פֿון שפּאַניע. ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, פֿאַרוואָס אַ מענטש מיט אַזאַ ביאָגראַפֿיע איז נישט געווען קיין גרויסער פֿרײַנד פֿון די גויים.
די אַנטיסעמיטישע בראָשורן, וואָס „אַנטפּלעקן‟ די פֿינצטערע סודות פֿון הלכה זענען אָבער פֿול מיט גוזמות און ווילדע אויסטראַכטענישן, אָבער יוסף קאַראָ שרײַבט יאָ, אַז מע טאָר נישט געבן אַ געצנדינער אַ מתּנה און אַפֿילו ראַטעווען אים פֿון טויט.
וואָס טוט מען אָבער מיט דער באַמערקונג וועגן „שבֿעה עממין‟? אַ טייל פֿרומע ייִדן מיינען, אַז די פֿאַרלעגער האָבן עס אַרײַנגעשריבן, כּדי די צענזור זאָל זיך נישט טשעפּען צו „פּאָליטיש אומקאָרעקטע‟ עלעמענטן פֿונעם טעקסט. אַ טייל אַנדערע האַלטן דווקאַ פֿאַרקערט, אַז ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט און אָפּצוּוואַרפֿן אַזעלכע פֿאַרעלטערטע הלכות. באַקומט זיך, אַז צוליב אַן אַנאָנימער באַמערקונג אינמיטן דעם טעקסט פֿונעם שולחן־ערוך קאָן מען מאַכן היפּוכדיקע אויספֿירן.
ווען דער שולחן־ערוך איז צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם יאָר 1565 אין ווענעדיק, איז ער געווען לכתּחילה בלויז אַ קליינער ספֿר. רבי משה איסרלישׂ, דער רמ״אָ, האָט אינגיכן צוגעגעבן זײַנע פּראָ־אַשכּנזישע באַמערקונגען; דעמאָלט האָט דער ספֿר אויסגענומען דווקא צוליב דעם אויסוואַל פֿון פֿאַרשיידענע מעגלעכע צוגאַנגען צו הלכה. די שפּעטערדיקע קאָמענטאַטאָרן — „נושׂאי־כּלים‟ — האָבן פֿאַרוואַנדלט יוסף קאַראָס ווערק אין אַן ענדלאָזיקן ים פֿון היפּוכדיקע חילוקי־דעות.
יעדער סאָרט פֿרומע ייִדן מעג הײַנט באַטאָנען מיט שטאָלץ, אַז זיי פֿאָלגן דעם שולחן־ערוך מיט אַלע פּיטשעווקעס דווקא צוליב דעם, וואָס אין אַזאַ ריזיקן און אָפֿט זיך־קאָנפֿליקטירנדיקן קאָרפּוס קאָן מען געפֿינען כּמעט יעדן מינהג און שיטה. צום באַדויערן, קאָן אַ פֿאַשיסטיש־באַשטימטער פּאַרשוין אַרויסגראָבן פֿון אַזאַ ריזיקן אוצר עפּעס אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן פּאַראַגראַף און אויסבויען אַן עקלדיקע אידעאָלאָגיע. הלוואַי וועט מען אָבער פֿאָקוסירן אויף הלכות־שבת און אַנדערע הלכות, טאַקע פּראַקטישע, ווי אויך אויף קאָנסטרוקטיווע פֿאָרשונגען פֿון אונדזער געשיכטע און קולטור, אַנשטאָט צו „פֿאָלגן‟ דעם שולחן־ערוך אויף אַזאַ פֿאַרקרימטן אופֿן, ווי הרבֿ אליצור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.