פֿאַר װאָס און װי אַזױ איז חיים נחמן ביאַליק געװאָרן דער נאַציאָנאַלער העברעיִשער דיכטער? די דאָזיקע פֿראַגע שטעלט דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער אבֿנר האָלצמאַן אין זײַן נײַער ביאַליק־ביאָגראַפֿיע, װאָס איז אַרױס אױף ענגליש אין דער סעריע „ייִדישע לעבנס‟ פֿונעם פֿראַלאַג פֿון יעל־אוניװערסיטעט.
האָלצמאַן באַטאָנט, אַז גאָרנישט אין דער סבֿיבֿה און אומשטאַנדן פֿון ביאַליקס יוגנט קען דערקלערן אָדער פֿאָרױסזאָגן זײַן שפּעטערדיק חשיבֿות. נאָך מער: ביאַליקס שעפֿערישע כּוחות זײַנען אױסגעשעפּט געװאָרן װען ער איז געװען אַרום פֿערציק יאָר אַלט, און אין די לעצטע צװאַנציק יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער כּמעט ניט געשאַפֿן קײן נײַע לידער פֿון הױכן קינסטלערישן באַטײַט.
האָלצמאַנס בוך לײענט זיך װי אַ פֿאַרכאַפּנדיקער ראָמאַן, װאָס באַזירט זיך אױף פֿעסטע פֿאַקטישע יסודות און חריפֿותדיקע פּירושים פֿון ביאַליקס לידער. די קאָמבינאַציע פֿון פֿאַקטן און ליטעראַרישע אױסטײַטשונגען העלפֿט דעם לײענער משׂיג צו זײַן דעם דיכטערס אינערלעכע געפֿילן און בעסער פֿאַרשטײן זײַן לעבנסװעג.
ביאַליקס קינדער־יאָרן זײַנען ניט געװען גליקלעך. זײַן טאַטע, אַ האָלץ־סוחר, איז געשטאָרבן װען חיים־נחמן איז געװען אַכט יאָר אַלט און איבערגעלאָזט זײַן משפּחה מיט גאָרנישט. די מאַמע האָט אָפּגעפֿירט איר זון צום זײדן און אים דאָרט איבערגעלאָזט. ביאַליק האָט זי ניט געזען מער װי צװאַנציק יאָר, ביז ער האָט זי גענומען צו זיך אױפֿן עלטער אין אָדעס.
פֿון דעסטװעגן איז קינדהײט פֿאַרבליבן אַ װיכטיקע טעמע אין ביאַליקס דיכטונג, װי אַ צײַט פֿון גליק און גרױסע האָפֿענונגען. קײן אײגענע קינדער האָט ביאַליק ניט געהאַט, װאָס האָט אים געשאַפֿן אַ סך עגמת־נפֿש. ער האָט זײער ליב געהאַט קינדער, זיך געשפּילט מיט זײ און האָט געװידמעט אַ סך צײַט און מי דעם ענין פֿון העברעיִשער דערציִונג. ער האָט געשריבן קינדערלידער אױף העברעיִש און ייִדיש. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער גערעדט ייִדיש, אָבער העברעיִש איז געװען די הױפּטשפּראַך פֿון זײַן שעפֿערישקײט. אידעיִש איז ביאַליק געװען נאָענט צו דעם קרײַז פֿון „אָדעסער חכמים‟ אַרום אחד־העם, אָבער פּאָליטיש איז ער ניט געװען קײן פּאַרטײיִשער ציוניסט.
ביאַליק האָט זיך קונה־שם געװען אין דער ברײטער װעלט צוליב זײַן פּאָעמע „אין שחיטה־שטאָט‟, אָנגעשריבן נאָכן קעשענעװער פּאָגראָם פֿון 1903. די דאָזיקע פּאָעמע, װאָס איז בשעתו איבערגעזעצט געװאָרן אױף ייִדיש, רוסיש און פּױליש, האָט געגעבן אַן אימפּעט דער נאַציאָנאַל־געשטימטער ייִדישער יוגנט צו שאַפֿן זעלבשוץ פֿאַר פֿאַרטײדיקן ייִדן קעגן פּאָגראָמען. אין 1905, אָבער די עלטערע אָדעסער מחברים, װי שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש (מענדעלע) און יהושע־חנא ראַװניצקי, האָבן די פּאָעמע אױפֿגענומען קריטיש, װי אַ באַלײדיקונג פֿון די ייִדישע קרבנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.