(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די סאַמע פּראָדוקטיװע יאָרן, פֿון סוף 1890ער ביז 1911, האָט ביאַליק פֿאַרבראַכט אין אָדעס. דאָ האָט ער אין אײנעם מיט ראַװנציקין געשאַפֿן דעם פֿאַרלאַג „מוריה‟, װאָס האָט מקײם געװען אחד־העמס אידעאָלאָגישע פּראָגראַם פֿון „איבערטײַטשן‟ די אוראַלטע ייִדישע רעליגיעזע ירושה אױף אַ מאָדערנעם שטײגער פֿון װעלטלעכער קולטור.
ביאַליק איז אױך געװען פֿאַרטאָן אין דער טעטיקײט פֿון „חובֿבֿי־ציון‟. אין 1909 האָט ער מיט ראַװניצקי באַזוכט ארץ־ישׂראל, װוּ ביאַליק האָט באַקומען אַ התלהבֿותדיקן קבלת־פּנים אינעם ייִדישן ייִשובֿ. מען האָט אים פֿאַרבעטן זיך צו באַזעצן אינעם לאַנד און באַזינגען די חלוצישע דערפֿאָלגן, אָבער ער האָט זיך ניט געפֿילט הײמיש אין זײער סבֿיבֿה.
נאָך 1911 האָט ביאַליק זיך געפֿילט מיד און אױסגעשעפּט. ער האָט זיך װײַטער אָפּגעגעבן מיט דער פּראַקטישער טעטיקײט, האָט אַפֿילו בדעה געהאַט צו פֿאָרן מיט ש. אַנ־סקין אין דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָבער באַשלאָסן, אַז דאָס װעט זײַן צו שװער פֿאַר אים. די קשיא, װאָס האָט אים ניט געלאָזט צו רו, שרײַבט האָלצמאַן, איז געװען: װי אַזױ קען מען דערנענטערן די הײַנטיקע ייִדן צו זײער אַלטער רעליגיעזער קולטור־ירושה? יונגערהײט האָט ביאַליק אַלײן דורכגעמאַכט דעם משׂכּילישן װעג פֿון דער אַלטער פֿרומקײט צו דער מאָדערנער װעלטלעכקײט, אָבער שפּעטער האָט אים געמוטשעט דאָס געפֿיל אַז דאָס פֿאָלק פֿאַרלירט עפּעס עיקרדיקס און פּרעכטיקס. די דאָזיקע אינערלעכע ספֿקות װערן אױסגעדריקט אין זײַן דיכטונג דורך כּלערלײ מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן, װי אַ לײדיקער צעבראָכענער צװײַג פֿון אַ בוים — אַן אימאַזש, װאָס איז געװען פּאָפּולער אױף מצבֿות פֿון יענער צײַט.
אין 1917 האָט נחמן מײַזיל געפּרוּװט צו דערקלערן דעם עיקר פֿון „ביאַליקס פּראָבלעם‟: „די צװײ עלעמענטן — פּערזענלעכער און נאַציאָנאַלער — גאַנץ אָפֿט זענען זײ פֿאַרשידן און צו גאָר באַזונדערע װעגן פֿירן זײ.‟ מײַזיל, דעמאָלט אַ יונגער קריטיקער פֿון דער „קיִעװער גרופּע‟, האָט געטענהט, אַז דער שורש פֿון ביאַליקס פּראָבלעם שטעקט דװקא אין זײַן אױסקלײַב פֿון לשון־קודש: „צוליב דער שפּראַך װערט ביאַליק ניט װילנדיק אָפּגעריסן פֿון דער רעאַלער װעלט‟. זײַנע ייִדישע שירים, שרײַבט מײַזיל װײַטער, „האָבן מער בלוט און פֿלײש, מער שטיפֿערײ און גוטמוטיקײט‟, כאָטש די העברעיִשע װערק זײַנען מער קינסטלעריש געשליפֿן.
ליידער דערװיסט זיך דער לײענער פֿון האָלצמאַנס ביאָגראַפֿיע כּמעט גאָר ניט װעגן דעם ייִדיש־שפּראַכיקן צד פֿון ביאַליקס שעפֿערישקײט; ווי אַזוי די ייִדישע קריטיקער האָבן אים אויפֿגענומען, אָדער װעגן זײַנע אײגענע איבערזעצונגען פֿון העברעיִש אױף ייִדיש. עס גײט דאָ ניט סתּם װעגן ביאַליקס בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס איז געװען גאַנץ װאָגיק, נאָר וועגן דעם אַז אױף ייִדיש האָט זיך אַנטפּלעקט אַ גאָר אַנדער זײַט פֿון ביאַליקס דיכטערישער פּערזענלעכקײט, װאָס מען זעט ניט אױף העברעיִש. אין דער הקדמה צום זאַמלבוך פֿון ביאַליקס ייִדישע „שירים‟, װאָס איז אַרױס אין בערלין אין 1922, האָט בעל־מחשבֿות טאַקע כאַראַקטעריזירט ביאַליקס ייִדישע שפּראַך װי „גװאַלטיק־קרעפֿטיקע, מוראדיק־גבֿורהדיקע, װאָס ביז איצט האָט די ייִדישע ליטעראַטור אַזאַ מין שפּראַך ניט פֿאַרמאָגט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.