יוסף לאַכמאַן, ייִדישער קולטור־טוער אין באָסטאָן, איז ניפֿטר געוואָרן

Iosif Lakhman, Yiddish Cultural Activist in Boston, Has Died

יוסף לאַכמאַן
Courtesy of yiddishvoice.com
יוסף לאַכמאַן

פֿון מישע כאַזין

Published June 11, 2017, issue of June 29, 2017.

יאָ, ער איז געווען אַ מענטש…
שעקספּיר

דעם 6סטן יוני אין עלטער פֿון 97 יאָר איז פֿון אונדז אַוועק יוסף לאַכמאַן. נאָך אַ טאָג פֿאַר זײַן טויט, איז ער געווען אַקטיוו, געלייענט, געשריבן, זיך געוויצלט, געשיקט בליצבריוולעך צו זײַנע פֿרײַנד… גאַנץ פֿרי איז נאָך אים געקומען דער מלאך־המוות.

יוסף לאַכמאַנען — אַ נאָמען אין עקאָנאָמיע־וויסנשאַפֿטן, פּרעזידענט פֿון דער אַמעריקאַנער אַנטי־פֿאַשיסטישער אימיגראַנטן־אַסאָציאַציע, אַן אַקטיווער געזעלשאַפֿטלעכער טוער, אַ געטרײַער חבֿר — האָבן גוט געקענט און ליב געהאַט אַ סך מענטשן אין גרויס־באָסטאָן.

זײַן דור — מענטשן, געבוירן אין די 1920ער יאָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — איז כּמעט אין גאַנצן אומגעקומען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. יוסף לאַכמאַן אַליין איז געווען צווישן די געציילטע, וועמען עס איז באַשערט געווען צו בלײַבן לעבן. אַ ייִדישער בחור, געבוירן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל דונײַעווצי, אין דער משפּחה פֿון אַ העברעיִש־לערער, איז יוסף נאָך דער מלחמה געוואָרן אַ באַקאַנטער געלערנטער פֿון עקאָנאָמיע־וויסנשאַפֿטן און רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער אַקאַדעמישן זשורנאַל „פֿראַגן פֿון עקאָנאָמיע”.

אָנגעקומען קיין באָסטאָן שוין ווײַט נישט קיין יונגערמאַנטשיק, האָט יוספֿן ווייניק געאַרט דאָס פֿאַרלירן זײַן געוועזענעם סטאַטוס פֿון אַ פּראָפֿעסאָר; ער האָט גיך באַהערשט ענגליש, די קאָמפּיוטער־חכמה און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם רעשיקן ווירבל פֿון געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט. וועגן אים איז שווער געווען צו זאָגן, אַז אָט דער ייִד האַלט שוין בײַם „פֿאָרן פֿונעם יריד”.

דאַכט זיך, זײַן פֿאַמיליע־נאָמען אַליין, האָט שוין צוגעזאָגט אַ טרעפֿונג מיט אַ וווילן, ברייטהאַרציקן מענטש, וואָס קען דערציילן אַ פֿריילעכע מעשׂה און אויסהערן אַ געשמאַקן וויץ. אין דער זעלבער צײַט, איז לאַכמאַן געווען אַ טיף ערנסטע פּערזענלעכקייט, אַ דענקער און מחבר פֿון אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, בתוכם די אַרבעט, אָנגעשריבן צוזאַמען מיט זײַן אַלטן פֿרײַנד, אַהרון קאַצענעלינבויגן, פּראָפֿעסאָר פֿונעם פֿילאַדעלפֿיער אוניווערסיטעט. מע דאַרף דאָ אויך דערמאָנען זײַנע הויך־אַקאַדעמישע אויפֿטרעטן אינעם באָסטאָנער קלוב פֿון געלערנטע.

יוסף לאַכמאַן, ווי אַ גרויסער קענער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור, פֿלעגט אָפֿט זיך באַטייליקן אין דער אַרבעט פֿון דער באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול”. ער האָט גלענצנדיק איבערגעזעצט פֿון רוסיש פּושקינס לידער; מיט לײַב און נפֿש אַרויסגעהאָלפֿן יענע מענטשן, וועלכע האָבן געוואָלט זיך לערנען ייִדיש.

צו הערן איינע פֿון די ראַדיאָ־פּראָגראַמען מיט יוסף לאַכמאַן, קוועטשט דאָ: