אַ הונט איז מיר באַשערט געווען!

I Needed This Dog Like a Hole in the Head

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published June 14, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 5)

ער האָט אַ הונט? דאָס האָב איך נישט געוווּסט! נאָך עטלעכע וואָכן רעדן, ווי קען דאָס זײַן? נו, מילא. אפֿשר האָט ער מיר יאָ געזאָגט און איך בין טאַקע אײַנגעשלאָפֿן אויף אַ מינוט צוויי? גוט וואָס ער ווייסט דאָס נישט. ער קען זיך נאָך באַליידיקן. אָבער פֿאַר וואָס וויל ער פֿאָרן מיך זען מיטן הונט? און אַז מע האָט שוין אַ הונט קען מען אים נישט אַ מאָל אָפּגעבן צום וועטערינאַר אָדער איבערלאָזן מיט אַ פֿרײַנד אויף אַ ווײַלע און פֿאָרן מיט אַן עראָפּלאַן? אַזוי האָב איך אים טאַקע געפֿרעגט. האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז וווּהין ער גייט נאָר, גייט דער הונט מיט.

„אומעטום?“

„יאָ, אומעטום.“

„אויף דער אַרבעט אויך?“

„יאָ, עס אַרט קיינעם נישט. די מענטשן מיט וועמען איך אַרבעט זענען שוין צון אים צוגעוווינט.“

„אָבער פֿאַר וואָס?“ האָב איך זיך באַקלאָגט.

„אַלבערט איז שוין אַן אַלטער הונט. איך האָב אים כּמעט זײַן גאַנץ לעבן, און ער איז שוין פֿערצן יאָר אַלט. דאָס איז אַלט פֿאַר אַ ׳גאָלדען רעטריווער׳. די לעצטע עטלעכע יאָר מיין איך, אַז אַ לאַדע טאָג וועט ער שטאַרבן, האָב איך אים אָנגעהויבן מיטצונעמען מיט זיך אומעטום, ווײַל אויב ער וועט פּלוצלינג יאָ שטאַרבן וועט ער כאָטש נישט זײַן אַליין.“

זײַנע וואַרעמע רייד האָבן טאַקע באַרירט די סטונעס פֿון מײַן האַרץ. און כ׳האָב זיך אין אים שיִער נישט פֿאַרליבט אויפֿן אָרט. וווּ געפֿינט מען אַ מאַן מיט אַזעלכע צאַרטע געפֿילן, אַז ער זאָל זײַן אַזוי סענסיטיוו צו די געפֿילן פֿון אַ הונט? אַזאַ מאַן וואָלט אַוודאי און אַוודאי געשאַנעוועט זײַן ווײַב. און איך האָב באַלד אָנגעהויבן פֿאַנטאַזירן ווי ווויל מיר וואָלט געווען ווען מיר לעבן ווי מאַן־און־ווײַב. האָב איך אים געהייסן קומען צו מיר מיטן הונט. כ׳האָב זייער געוואָלט זיך באַקענען מיט אים פּערזעלעך איידער מיר שטעלן אַ חופּה!

כ׳האָב איגנאָרירט דאָס וואָס איך בין נישט זייער באַקוועם מיט חיות בכלל, אַפֿילו גלעטלינגען. מיר האָבן קיין מאָל נישט געהאַט קיין הינט אין שטוב ווײַל די עלטערן מײַנע, אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, האָבן אַליין מורא געהאַט פֿאַר הינט. אָבער יענע געדאַנקען האָב איך אַוועקגעשטופּט אינעם ווײַטסטן ווינקל פֿון מײַן באַוווּסטזײַן, כּדי צו מאַכן אַן אָרט פֿאַר די ראָזעווע באַלאָנען פֿון פֿאַנטאַזיע.

עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך בין שוין גרייט אויפֿן וויזיט. מיט צוויי טעג שפּעטער קלאַפּט וועלוול בײַ דער טיר. כ׳האָב זיך געהאַט אויפֿגעכאַפּט אַנדערטהאַלבן שעה פֿריִער ווי געוויינטלעך, איך זאָל האָבן גענוג צײַט אויסצוקלײַבן עפּעס שיינס אָנצוטאָן און אַ ביסל צוראַמען די קיך. איך האָב זיך אָבער נישט געריכט אויף אַזאַ ריזיקן הונט וואָס איז מיר יעצט געשטאַנען פֿאַר די אויגן. כ׳האָב געמיינט, אַז די שכנים קענען הערן ווי אַלע שיינע באַלאָנען האָבן זיך מיט אַ מאָל צעפּלאַצט.