(די 3 טע זײַט פֿון 5)
דער הונט איז געווען ממש די גרייס פֿון אַ פֿערדל, אַ ׳פּאָני׳, און גוט אויסגעפּאַשעט דערצו! מיר האָט ער אויסגעזען ווי עפּעס אַ ווילדע בריאה; צוויי אויגן גרויס ווי שעלעכלעך האָבן אויסגעשטאַרצט אויף מיר, און ס׳איז בײַ אים גערונען די סלינע פֿון פּיסק. אַז ער האָט אַרײַנגעשטעקט די נאַסע מאָרדע זײַנע צו מיר אין בויך האָב איך זיך דערשראָקן און געגעבן אַ קוויטש. כ׳בין צוריקגעשפּרונגען אָבער דער הונט, אַלבערט, איז נישט אָפּגעשטאַנען, נאָר אָנגעהויבן אַ שמעק־רעוויזיע פֿון מיר. וועלוול האָט דעם הונט נישט געהאַלטן אויף קיין שטריקל. די זשופּקע איז בײַ מיר אין פֿאָרנט שוין געווען נאַס פֿון סלינע און איך האָב געבעטן, כּמעט מיט טרערן אין די אויגן: „וועלוול, נעם דעם הונט אַוועק פֿון מיר!“ ער האָט אָבער אָנגעהויבן צו כיכען.
„אַזאַ ברוך הבא גיסטו מיר?“ האָט ער געפֿרעגט. „דאָס איז אַלבערט. באַקענט זיך. ער איז אַ וווילער הונט אין איך האָב געוווּסט אַז ער וועט דיך אויך ליב האָבן.“
מיט אַ מאָל איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אויב דער הונט טרעט נישט אָפּ פֿון מיר קען איך אַנטלויפן פֿון אים. האָב איך זיך געגעבן אַ קער רעכטס און בין אַרײַן אין קיך. דער הונט איז געגאַנגען לינקס און, געלויבט דעם אייבערשטן, איז אַרײַן אין אַ זײַטיק צימערל. דאָס איז געווען גוט, ווײַל כ׳האָב מורא געהאַט ער זאָל נישט אַרײַנגיין אין סאַלאָן און טרעטן אויפֿן ווײַסן טעפּעך מיט די שמוציקע לאַפּעס. אין יענעם צימערל איז נישטאָ צו פֿיל קיין תּל צו מאַכן, בין איך אַ ביסל געקומען צו זיך. כ׳האָב וועלוולען געבעטן אויך אַרײַנוקומען אין קיך און זיך אַוועקזעצן בײַם טיש. כ׳האָב געגעבן אַ שוואַכן לאַך, געלאַכט פֿון זיך אַליין, אַז אַ דערוואַקסענע פֿרוי האָט מורא פֿאַר אַ הונט: האַ, האַ! (כאָטש, אין דער אמתן, וואָלט אויף דעם הונט, דעם אַלבערט, אַ קינד געקענט ממש רײַטן.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס וועלוול און איך האָבן זיך געזען און איך האָב נישט געוואָלט אויסזען נאַריש אין זײַנע אויגן. איך האָב אים העפֿלעך געפֿרעגט ווי לאַנג עס האָט אים גענומען דאָס פֿאָרן, צי ער וויל עפּעס טרינקען, אפֿשר טיי, צי ער וויל עפּעס עסן. ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז ער קוקט מיך אָן מיט אַ געוויסער קילקייט.
יאָ, פֿון זײַן זײַט איז ער גערעכט געווען. ער האָט דעם הונט ליב און ער האָט אים געפֿירט אַהער איך זאָל אים אויך ליב האָבן און דאָס וואָלט אונדז דערנענטערט איינער צום צווייטן. ס׳איז אים נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל אַזוי שטאַרק רעאַגירן און אַזוי נעגאַטיוו דערצו, איז יעצט וואַרט ער צו זען וואָס וועט ווײַטער זײַן. האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַן אָנשטעל אַז איך האָב ליב אַלבערט.
„וועלוול, וואָסער טיי ווילסטו?“ האָב איך אים געפֿרעגט, אויסשטעלענדיק פֿינפֿערלײ מינים טיי אויפֿן טיש. „און רוף אַלבערטן אויך אַרײַן. איך וועל אים געבן אַ שיסל וואַסער. ער מוז אויך זײַן דורשטיק,“ און איך האָב צו וועלוולען אָנגעשטעלט אַ קליינעם שמייכל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.