(די 4 טע זײַט פֿון 5)
איך האָב אָנגעפֿילט אַ פּלאַסטישע שיסל מיט וואַסער און אים אַוועקגעשטעלט אויף דער פּאָדלאָגע. ווען וועלוול האָט דעם הונט צוגערופֿן איז ער באַלד געקומען צו לויפֿן. ער האָט דערזען די שיסל וואַסער און מיט אַן אימפּעט אין אים אַרײַנגעשטעקט דעם ריזן קאָפּ זײַנעם און די שיסל גלײַך איבערגעקערט. „אוי אַ בראָך!“ האָט זיך בײַ מיר אַרויסגעכאַפּט, בעת דער הונט האָט געכליעפּטשעט דאָס וואַסער פֿון דער פּאָדלאָגע ניצנדיק זײַן גרויסע צונג מיט שוואַרצע פֿלעקן. כ׳האָב באַלד גענומען אַ שטשערקע און אָנגעהויב ווישן די פּאָדלאָגע אַזוי ווײַט פֿון הונט ווי מעגלעך.
”איך וועל דיר העלפֿן,‟ האָט וועלוול געזאָגט. „גיב מיר אַ שמאַטע.“
„ניין, ניין, נעם דעם הונט אַרויס פֿון דאַנעט. ער איז קראַנק! ער האָט שוואַרצע פֿלעקן אויף דער צונג. ס׳איז אים עפּעס.“
כ׳בין אַראָפּ אויף די קניִעס מיט דער שטשערקע און אָפּגעווישט די פּאָדלאָגע. די לאַנגע זשופּקע מײַנע איז אין גאַנצן דורכגעווייקט געוואָרן און איך האָב דערהערט ווי וועלוול צעלאַכט זיך שוין ווידער.
„ער האָט שוין די פֿלעקן אַ לאַנגע צײַט,“ זאָגט ער.
„ער איז שוין קראַנק אַ לאַנגע צײַט און דו האָסט אים געברענגט אַהער? ברענג אים בעסער צון אַ וועטערינאַר,“ האָב איך געזאָגט און דערפֿילט ווי עס פֿאַררייטלען זיך מײַנע באַקן פֿאַר כּעס. „איך גיי אַרויף זיך איבערטאָן. אַלץ איז בײַ מיר נאַס.“
ווען כ׳האָב געזאָגט די ווערטער האָב איך באַמערקט, אַז אין קיך איז פֿינצטער געוואָרן. ס׳איז שוין נאַכט? ס׳קען נישט זײַן, האָב איך געטראַכט און כּמעט אַרויפֿגעלאָפֿן די טרעפּ צו זיך אין שלאָפֿצימער. כ׳האָב גיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די קליידער, ווען כ׳האָב דערהערט דעם קנאַק פֿון אַ דונער און דעם פּליוך פֿון אַ שלאַקסרעגן. כ׳האָב געפּרוּווט פֿאַרמאַכן די פֿענצטער און געהערט ווי וועלוול שרײַט צום הונט: „אַלבערט! אַלבערט!“
און איידער וואָס ווען לויפֿט אַלבערט אַרײַן צו מיר אין שלאָפֿצימער, שפּרינגט אַרויף מיט זײַנע גרויסע בלאָטיקע לאַפּעס, און מיט דער רינענדיקער סלינע אויף מײַן ברייטן, ריינעם שיין־פֿאַרשפּרייטן בעט, וווּ עס זענען געלעגן עטלעכע בלוזקעס וואָס איך האָב געהאַט אָנגעמאָסטן אין דער פֿרי און נישט באַוויזן אויפֿצוהענגען. ווײַזט אויס אַז כ׳האָב פֿאַרגעסן גוט צו פֿאַרמאַכן די טיר, ווען איך בין אַרויפֿגעלאָפֿן זיך איבערטאָן. ווען כ׳האָב דערהערט וועלוולס טריט אויף די טרעפּ זוכענדיק אַלבערטן האָב איך זיך, פֿון מײַן זײַט, אַ וואָרף געטאָן אויף דער טיר און אויסגעשריגן: „גיי אַוועק! גיי צוריק אַראָפּ! איך טו זיך איבער!“ און כ׳האָב גוט פֿאַרשלאָסן די טיר. קליק!! וועלוול איז געבליבן שטיין אויף די טרעפּ און געשריגן צו אַלבערטן: „קום אַלבערט! קום אַלבערט!“ אַלבערט האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און מיך אָנגעקוקט מיט די אויסגעגלאָצטע אויגן. איך האָב אים צוריק געקוקט אין די אויגן. מיט דער פּלייצע צו דער וואַנט און מיט די הענט הינטער זיך, האָב איך געטאַפּט די וואַנט און זיך געלאַסן צוגערוקט צו מײַן קליידער־שאַפֿע וואָס איז אַליין די גרייס פֿון אַ קליינעם קאַמער. בשעת־מעשׂה האָב איך מורא געהאַט צו אָטעמען און די גאַנצע צײַט זײַנען מײַנע אויגן געווען געשלאָסן אין זײַנע. ביז דער אייבערשטער האָט געהאָלפֿן און איך האָב זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער שאַפֿע און פֿאַרהאַקט די טיר. אינעווייניק האָב איך ערשט טיף אָפּגעאָטעמט. כ׳האָב אויסגעקליבן אַן אַנדער בלוזקע און אַ דזשינס־זשופּקע און מורא געהאַט ווידער צו עפֿענען די טיר ביז כ׳האָב זיך געכאַפּט, אַז דער הונט בילט מער נישט און לויפֿט נישט אַרום. ההמם… ס׳איז טאַקע עפּעס מאָדנע שטיל… כ׳האָב אויפֿגעפּראַלט די טיר אַ ספּאַרע און אַרויסגעקוקט. דער הונט זיצט אין מיטן בעט מיט עטלעכע שמאַטעס אַרום זיך. די שמאַטעס זענען געווען מײַנע קליידער, די קליידער וועלכע כ׳האָב נישט באַוויזן אַוועקצולייגן אין דער פֿרי. ווען איך האָב זיי באַקוקט שפּעטער האָב איך געזען אַז אַלבערט האָט זיי גוט געהאַט צעקײַט און צעריסן, אָבער יעצט האָב איך דערזען אַז ער האַלט אין מויל און קײַט איינעם פֿון מײַנע טײַערע באַראַנקאָווע שטעקשיך פֿון אויסטראַליע. דערפֿאַר האַווקעט ער נישט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.