ווען כ׳האָב גערעדט מיט דעם מאַן פֿון אַטלאַנטע האָב איך דערפֿילט ווי איך רעד סוף־כּל־סוף מיט עמעצן נאָרמאַל. ער האָט גערעדט צו דער זאַך, געלאַסן, זיך נישט געיאָגט, אפֿשר ווײַל אין די וואַרעמע דרומדיקע שטעט איז דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן בכלל אַ ביסל מער אָפּגעשפּאַנט ווי אין די צפֿונדיקע? מע האָט צײַט צו טרינקען מיענטע זשולעפּן, צו גיין צו די היפּאָדראָמען און זען די לויפֿפֿערד־פֿאַרמעסטן.
כ׳ווייס אַז דאָס איז אַ סטערעאָטיפּ, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט מײַן פֿאַרטרודט, הענדעם־פּענדעם לעבן קען מען זאָגן, אַז בײַ אים קריכט דער זייגער. אויב איך טו נישט כאָטש צוויי זאַכן אין דער זעלביקער צײַט פֿיל איך זיך ווי אַ פּוסטעפּאַסניצע, ווי איך וואָלט געפּטרט צײַט. למשל, בײַם רעדן טעלעפֿאָניש האָב איך אַלע מאָל צו דער האַנט אַ פּראָיעקט צו נייען, העפֿטן, העקלען, שטריקן. אַבער נאָך פֿינף מינוט רעדנדיק מיט וועלוולען, אַזוי הייסט דער מאַן פֿון אַטלאַנטע, האָב איך באַמערקט, אַז די האַנטאַרבעט ליגט מיר אין שויס און דער בלוטדרוק ווערט נידעריקער. אפֿשר איז דאָס אַ מין היפּנאָז, אָבער צום ערשטן מאָל האַב איך זיך נישט געפֿילט שולדיק, נאָר אַ ביסל שלעפֿעריק, טאַקע אָפּגעשפּאַנט! ער איז געווען בעסער ווי ׳פּראָזאַק׳. האָב איך אַוודאי געוואָלט רעדן מיט אים אָפֿט, ספּעציעל פֿאַרן שלאָפֿן גיין.
אַ צײַט לאַנג האָבן מיר געשמועסט טעלעפֿאָניש עטלעכע מאָל אַ וואָך ביז ער האָט מיך געפֿרעגט, ווי אַ דזשענטלמאַן, צי איך מיין אַז ס׳איז צײַט מיר זאָלן זיך טרעפֿן פּערזענלעך. כ׳האָב זיך ווי אויפֿגעוועקט פֿון אַ חלום. „יאָ, יאָ, זיכער,“ האָב איך אים געענטפֿערט, כאָטש דעם אמת געזאָגט האָב איך געוואָלט אַז די רעד־טעראַפּיע זאָל אייביק אָנגיין, אָן זיך צו באַקענען פּנים־אל־פּנים. איך האָב נישט געטראַכט פֿון אים ווי אַ קאַוואַליר נאָר ווי אַ גוטער פֿרײַנד, אָבער כ׳האָב אַנדערש נישט געקענט זאָגן.
„גוט, וועל איך דיך זען אין עטלעכע טעג אַרום,“ האָט ער געזאָגט.
„וועלוול, וואָס מיינסטו ׳אין עטלעכע טעג אַרום׳? קענסטו מיך נישט זאָגן גענוי ווען דו קומסט?“
„די זאַך איז, אַז איך וויל צו דיר פֿאָרן מיטן אויטאָ און פֿון אַטלאַנטע ביז שיקאַגע נעמט דאָס פֿאָרן צען אָדער עלף שעה, ווייס איך נישט וואָס דער וועטער וועט זײַן. אויב עס רעגנט וועט זיכער דויערן לענגער. אויב מע פֿאַרריכט די שאָסייען וועט אויך נעמען לענגער. אויב איך ווער מיד, וועל איך זיך מוזן אָפּשטעלן און געפֿינען אַ מאָטעל. און מיט אַ הונט דאַרף מען זיך אָפֿטער אָפּשטעלן, און נישט אַלע מאָטעלן נעמען אָן געסט מיט הינט.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.