אַ האָפֿערדיקע און דרײסטע איז מײַן שװעסטער דזשאַנעט געקומען אױף דער װעלט. במשך פֿון איר קורצן לעבן האָט זי אַזױ פֿיל אױפֿגעטאָן װײַל ס׳איז איר קײן מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זי קען נישט. און תּמיד װען זי האָט נישט געוווּסט ווי צו טאָן אַ געוויסע זאַך, איז זי געװען גרײט עס צו פּרוּװן.
װען דזשאַנעט איז געװען אַן עופֿעלע, בין איך שוין געװען זעקס יאָר אַלט. געשפּילט האָב איך מיט איר אַזוי ווי מיט מײַנע ליאַלקעס, און איין מאָל האָב איך זי אַרײַנגעלײגט אין מײַן שפּילבעטעלע. פּלוצלינג האָב איך דערזען, אַז איך קען זי פֿון דאָרט נישט אַרויסנעמען. כ׳האָב גערופֿן די מאַמע, אָבער פּונקט איידער די מאַמע האָט זיך אָפּגערופֿן, האָב איך זיך געכאַפּט, צום סאַמע ערשטן מאָל, אַז נישט אַלץ דאַרף מען זאָגן דער מאַמען, און כ׳האָב טאַקע יאָ באַוויזן אַרױסגענומען דאָס פּיצעלע. דזשאַנעט האָט בכלל נישט געװײנט אָדער זיך באַקלאָגט. אַפֿילו דעמאָלט איז זי שוין געװען אַ בעלנטע אױף דער אַװאַנטורע.
מוצאי־שבת פֿלעגן מיר קוקן די טעלעװיזיע־פּראָגראַמען „לאָװ־באָוט“ (ליבשאַפֿט־שיפֿל) און „פֿאַנטאַזי־אײַלענד“ (פֿאַנטאַזיע־אינדזל). איך בין געװען צען יאָר אַלט, און דזשאַנעט — פֿיר. (פֿאַר װאָס האָט מען אונדז קינדער געלאָזט זיצן אַזױ שפּעט בײַ נאַכט? ס׳איז דאָך געװען די 1970ער יאָרן, אַ צײַט ווען מע האָט אַנדערש אױפֿגעהאָדעװעט קינדער.) בשעת די שרעקעדיקע סצענעס, האָב איך פֿאַרדעקט די אױגן פֿאַר שרעק, און זי, מײַן שװעסטערל, האָט מיך געלאָזט װיסן װען כ׳מעג שױן װידער קוקן. זי האָט זיך קײן מאָל נישט געשראָקן. ס׳איז איר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן זיך צו שרעקן.
צו זעקס־זיבן יאָר האָט זי אָנגעהױבן מאַכן גימנאַסטיק. מע הערט אַ סך װעגן די חסרונות פֿון גימנאַסטיק־פֿאַרמעסטן (מיידלעך הייבן אָן זיך צו זאָרגן, למשל, אַז זיי מוזן בלײַבן זייער דאַר) אָבער בײַ איר איז בלויז געווען וויכטיק די הנאה פֿון מאַכן גימנאַסטיק. (די איינציקע זאַך וואָס זי האָט אפֿשר יאָ געוואָלט, איז מע זאָל זי מאַכן אַ ביסל העכער.) די פֿאַרמעסן און די גימנאַסטיק־חבֿרה זענען געװען אַ װינקלשטײן פֿון איר לעבן, סײַ אין איר געבױרן־שטאָט סאַן־פֿראַנציסקאָ סײַ אין מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגיע־אינסטיטוט װוּ זי האָט שטודירט.
אין אוניװערסיטעט האָט זי אונדז געזאָגט אַז זי װעט אױפֿשטײן פֿינף אַ זײגער יעדן אין דער פֿרי כּדי אָנצופֿירן מיט איר רודערשיפֿל־מאַנשאַפֿט. מיר האָבן זיך צעלאַכט בײַם דערהערן דאָס, אָבער זי האָט דאָס טאַקע אױסגעפֿירט. אין קאַלעדזש האָט זי זיך באַטײליקט אין צװײ ספּאָרטן, געהאַט גוטע צײכנס, און אַ דינאַמיש געזעלשאַפֿטלעך לעבן.
זי איז געפֿאָרן אױף שנײברעטלעך, געקלעטערט אױף פֿעלדזן און געטאַנצט. זי איז געװען אַזױ פֿאַרכאַפּט פֿון די מאָדישסטע רעסטאָראַנען, אַז ס׳איז נישט געװען צו פֿאַרטראָגן — כאָטש דאָס איז אויך אַ פֿעלער בײַ אַ סך אַנדערע אײַנוווינער פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.