(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זי איז תּמיד געװען גרייט אױף אַן אַװאַנטורע און הנאָה האָבן, אָבער אין דער זעלבער צײַט האָט זי זיך נישט געפֿוילט צו טאָן די ווייניק־אינטערעסאַנטע נייטיקע זאַכן, װי אויסקערן דעם קאָרידאָר נאָך איר פּלימעניצעס בת־מיצװה אָדער באַקוקן אַ מײדעלעס האָר אױף לײַז. מיט די לײַז האָט זי זיך טאַקע טועה געווען; אַ טייל פֿון די לײַז האָט זי נישט אַרויסגענומען. נו, פּערפֿעקט איז זי נישט געװען, נאָר די טעותן האָבן זי נישט געשטערט. זי האָט זיך אַנטשולדיקט, און איז געפֿאָרן װײַטער.
װי אַ קינדער־דאָקטערשע אין מײַן פֿאָטערס פּראַקטיק (װאָס זי האָט שפּעטער אָנגעפֿירט בשותּפֿות מיט אים) איז איר גוט געמיט און מונטערקײט געװען אָנשטעקיק און אַ טרײסט פֿאַר די יונגע פּאַציענטן און זייערע עלטערן. נישט נאָר דאָס; װי אײן מאַמע האָט מיר געזאָגט װעגן דזשאַנעט װען מיר האָבן זיך באַקענט אױף אַ סאַן־פֿראַנציקסאָ־שפּילפּלאַץ: „די דאָקטערשע האָט אַפֿילו געטראָגן שטיװל אַזוי ווי די פֿון אַ ראָקנראָל־שטערן!“
בײַ מײַן משפּחה איז געװען אַ מעלה וואָס מיר האָבן געוווּסט פֿון פֿריִער אַז אונדזער שװעסטער, טאָכטער און מומע װעט פֿריצײַטיק אַװעק. יעדע געלעגנהײט האָבן מיר אױסגענוצט צו פֿאַרברענגען מיט איר. מיר האָבן געמאַכט אָן אַ שיעור עקסקורסיעס אין קאַליפֿאָרניע און יוטאַ. אַלײן איז זי געפֿאָרן איבער דער גאַנצער װעלט. איין מאָל האָב איך זי געפֿרעגט צי ס׳איז דאָ עפּעס אַ זאַך וואָס זי וויל שטאַרק טאָן. האָט זי געענטפֿערט: „יאָ, איך וויל פֿאָרן איבערנאַכט מיט אַ באַן.‟ וווּהין? קיין ניו־אָרלינס. זענען מיר אַלע — דזשאַנעט, איך און מײַנע דרײַ קינדער — געפֿאָרן מיט אַ באַן איבערנאַכט פֿון שיקאַגע קײן ניו־אָרלענס. ס׳איז געווען אויסערגעוויינטלעך!
דזשאַנעט איז קיין מאָל נישט געוואָרן דערשלאָגן צוליב דעם וואָס זי לײַדט פֿון ראַק. זי האָט זיך ווײַטער געפֿירט מיטן זעלבן „זשואַ דע וויוורע‟ װי בײַם טאָן גימנאַסטיק, רודערשיפֿערײַ, קאַלעדזש, מעדיצין־שול און רעזידענץ. זי האָט זיך געשאַפֿן חבֿרים און אױספּלאַנירט רײַזעס און געקלעטערט אױפֿן װיטני־באַרג און זיך באַטײליקט אין קאָנפֿערענצן און געטרײסט די װאָס מע האָט זײ אויך דיאַגנאָזירט מיט ראַק. זי פֿלעג אַלעמען מוטיקן, אַז זיי זאָלן פּרוּוון טאָן די זאַכן וואָס זיי ווילן טאָן אָבער גלייבן נישט אַז ס׳איז מעגלעך. אָפֿט מאָל האָבן זיי זי געפֿאָלגט און טאַקע מצליח געווען, צום טייל װײַל זי האָט געגלייבט אין זיי.
ווי איר שוועסטער מוז איך זיך מודה זײַן, אַז אַמאָל איז איר אָפּטימיזם מיר געגאַנגען אױף די נערװן. הײַנט האַלט איך פֿאַרקערט; מיר דאַרפֿן זיך אַלע אָנגאַרטלען מיט אַזאַ אָפּטימיזם און אַזוי וועלן מיר אויך קענען קלעטערן אױף בערג און שפּאַצירן אױף לאַנגע װעגן, אַ מאָל אפֿשר אַפֿילו ווי זי — אין גאַנצן אַלײן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.