המשך פֿונעם אַרטיקל, „ס׳פֿאַרערגערט זיך דער מצבֿ פֿון די ייִדיש־טראַנסמיסיעס״
„יעדעס מאָל וואָס די צוהערער קלינגען מיר אַהיים, פֿיל איך אַ ריס אין האַרצן, ווײַל כ׳האָב זיי נישט וואָס צו ענטפֿערן…” אַזוי זאָגט לאה שלאַנגער, אַ תּל־אָבֿיבֿערין, די ביז־איצטיקע פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר ייִדיש־טראַנסמיסיעס פֿון ראַדיאָ רק״ע (רעקאַ) פֿאַר נײַע עולים. בעיקר זענען אָט די טראַסמיסיעס אויף רוסיש, אָבער ס׳איז אויך געווען אין זיי דער ווינקל „אַלץ אויף ייִדיש” וואָס לאה שלאַנגער האָט אָנגעפֿירט. די צוהערערס זענען אין דעם מאָמענט שטאַרק פֿאַרזאָרגט, ווײַל נאָך די לעצטע ענדערונגען פֿאָרגעקומענע אין דער מלוכישער „דאָ”־סטאַנציע ווייסן זיי ניט, אויב מ’וועט באַנײַען די טראַסמיסיעס אין זייער מאַמע־לשון און צי זיי וועלן קענען ווײַטער געניסן פֿון די פּראָגראַמען מיטן באַליבטן רעפּערטואַר פֿון זאַפֿטיקע ייִדישע לידער.
„ווען איך בין אַרײַן אַרבעטן אין דער ייִדיש־אָפּטיילונג אין ראַדיאָ, אין 1986 — דערציילט לאה שלאַנגער — זײַנען געווען אַ 10 זשורנאַליסטן, ממש ריזן. מ׳האָט טראַנסמיטירט נישט נאָר אין אָוונט נאָר אויך אין דער פֿרי און אין מיטן טאָג פֿאַרן לאַנד און אויסלאַנד. נײַעס, קולטור, ליטעראַטור, אינטערוויוען, רעפּאָרטאַזשן פֿון דער כּנסת, לידער אאַז״וו”.
ס׳ווילט זיך דערמאָנען אַזעלכע נעמען ווי יוסף בורג (פּרשה פֿון דער וואָך), אפֿרים שעדלעצקי, אַריה לאָנדאָן ז״ל און להבֿדיל אויף לאַנגע יאָר, אַנקאַ שמיר, אָדם גרוזמאַן, שושנה נחמה, חייה ליפּשיץ, אבֿי בר־חנן. ספּעציעל מוז מען דערמאָנענן אויך דעם אומפֿאַרגעסלעכן מיכאל בן־אַבֿרהם (ווײַנאַפּעל) וואָס איז שוין מער ניטאָ צווישן אונדז. זײַן קלאָרע, באַריטאָן־שטימע איז געבליבן אײַנגעקריצט ביז הײַנטצוטאָג אין זכּרון פֿון צענדליקער טויזנטער געטרײַע צוהערער, אָפֿט מאָל אויך בײַ ייִנגערע דורות וואָס אין זייערע היימען איז די ייִדישע ראַדיאָ־שעה געווען ממש אַ ריטואַל. מיכאל בן־אַבֿרהם האָט אויך געהאַט ענגע באַציִונגען מיטן אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ ער פֿלעגט אָפֿט קומען פֿון ירושלים, און אין אַ געוויסער תּקופֿה האָט ער דאָרט אָנגעפֿירט מיט אַ דראַמקרײַז, וואָס האָט אויסגעפֿירט פּיעסעס פֿון קוואַליטאַטיוון ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר.
אין די 1980ער יאָרן, בעת איינעם פֿון זײַנע באַזוכן אין תּל־אָבֿיבֿ, האָב איך, װי דער פֿאָרזיצער פֿון „המשך־דור”, אַ פֿרעג געטאָן דעם שוין דעמאָלט לעגענדאַרן מיכאל בן־אַבֿרהם:
„וואָס מיינט איר דאַרפֿן מיר איצט טאָן לטובֿת אונדזער שפּראַך און קולטור אין ישׂראל?”
„אינסטיטוציעס! נײַע אינסטיטוציעס דאַרף מען שאַפֿן!”
כ׳האָב געפֿילט ווי מיר וואָלטן ניט אין ישׂראל געווען, נאָר ערגעץ וווּ אין וואַרשע פֿון די 1920ער יאָרן…כ׳האָב געקאָנט רעאַגירן, „ווער גענוי דאַרף זיי בויען? מיט וואָסערע כּוחות?”, אָבער כ׳האָב באַלד פֿאַרשטאַנען אַז ס’האָט ניט קיין טעם. בן־אַבֿרהמס ענטפֿער איז געווען לאַקאָניש און אויטאָריטאַטיוו…אָבער דאָך אין גאנצן אָפּגעריסן פֿון דער ווירקלעכקייט אין װעלכער מיר האָבן דאַן געלעבט. יעדן פֿאַלס זיין אימפּאָזאַנטע שטימע וועט אויף שטענדיק בלײַבן אין זכּרון פֿון פֿיל פֿאַרערערס, וועלכע האַלטן אז מדינת־ישׂראל מוז זײַן אַ היים פֿאַר מאַמע־לשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.