דיעגאָ ראָטמאַן באַשרײַבט די קונסט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער

Diego Rotman Describes the Art of Dzigan and Shumacher


פֿון בני מער

Published June 25, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

וואָס איז דער טראַגישער חלק פֿון זייערע קאָמעדיעס? צי איז דאָס צוגעקומען נאָכן חורבן, אָדער געווען דאָרטן פֿון אָנהייב אָן?

אַ מאָל זעט מען טאַקע אַ טראַגיש־קאָמישן צוגאַנג ווי אין טשאַרלי טשאַפּלינס קאָמעדיעס. נאָכן חורבן איז כּסדר געװען אַ טראַגישער טייל, וואָס איז אַרויס שוין אין זייער סקיצע „אַבי מ׳זעט זיך!” דאָס איז געשען אין אָנהייב פֿון זייערע פּראָגראַמען נאָכן חורבן: אַ סך מינוטן פֿון שטילשווײַגן. דער באַוווּסטער רעזשיסאָר ראָבערט ווילסאָן האָט נעכטן גערעדט בײַם „פֿעסטיוואַל ישׂראל” וועגן דעם וואָס נישט קיין סך אַקטיאָרן פֿאַרשטייען דעם כּוח פֿון שווײַגן, און אַז זיי ווייסן נישט ווי צו בלײַבן אויף דער בינע אָן ווערטער, אָן באַוועגונגען. דזשיגאַן און שומאַכער האָבן דאָס פֿאַרשטאַנען און געמאַכט פֿון דעם „ייִדישן שטילשווײַגן” איינעם פֿון די טיפֿסטע און טראַגישסטע מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער נאָכן חורבן.

דו שרײַבסט אַז זייער לשון איז געוואָרן אַ באַזונדערע טעריטאָריע. צי האָבן זײ, נאָכן חורבן, אָנגעהויבן פֿאַרוואַנדלען זייער קונסט אין אַ מיטל צו פֿאַראייביקן ייִדיש?

זייער קונסט, אין דער באַגרענעצטער צײַט פֿון דער „פּערפֿאָרמאַנס‟, איז געווען אַ מיטל צו האָבן אַן אָרט וווּ ייִדיש, קולטור און שפּראַך, זײַנען די אָפֿיציעלע שפּראַך און קולטור פֿון אַ טעריטאָריע וואָס עקזיסטירט אויף דער בינע, וווּ אייביקייט איז צייט־באגרענעצט, אַ פּאָר שעהען וווּ מען קען פֿילן די אייביקייט.

אין דײַן דאָקטאָראַט שרײַבסטו, אַז דזשיגאַן און שומאַכער האָבן געטוישט זייער רעפּערטואַר, און זייער אופֿן פֿון רעדן לויט דעם פּובליקום. וואָָס איז געוואָרן אַנדערש ווען זיי זיינען געקומען קיין ישראל?

זיי האָבן געטוישט זייערע רייד ביז זיי זיינען אַריבער קיין וואַרשע, און דאָרט אָנגעהויבן שפּילן נאָר אויף דער לאָדזשער דיאַלעקט, און אַזוי אויכעט אין ישראל און אין די תפֿוצות נאָכן חורבן. אויכעט נאָך דעם וואָס האָבן אָפּגעשטעלט מאַכן אַן עקספּערימענטאַלן טעאַטער כדי צו מאַכן סאַטיר און קאָמעדיע, דאס איז געווארן זינט די 30ער יאָרן זייער לשון און זייער זשאַנער ביז זייערע לעצטע טעג.

איז זייער הצלחה אין ישׂראל צי אין אַנדערע לענדער, נאָכן חורבן, געווען אַנדערש ווי פֿאַר דער מלחמה?

נאָך דער מלחמה האָבן זיי געשפּילט אין אַמעריקע, אין צפֿון־אַמעריקע און אין דרום־אַמעריקע אָדער אויסטראַליע. אין אייראָפּע, פֿאַר דער מלחמה, זיינען זיי מצליח געווען אין בריסל, פּאַריז און לאָנדאָן, אָבער עס איז אינגאנצן נישט געווען די זעלבע עקאָנאָמישע הצלחה.

אין יאָר 1960 האָבן דזישגאַן און שומאַכער זיך צעשיידט איינער פֿונעם אַנדערן. פֿאַר וואָס? איז געווען צווישן זיי אַן אידעאָלאָגישע מחלוקת?

ס׳איז טאַקע געווען אַ מחלוקת, און עס איז נישט קלאָר צי עס איז געווען עקאָנאָמיש, צי אַ מחלוקת וועגן עגאָ.

צי מיינסטו אַז נאָך דעם איז געוואָרן אַ ירידה בײַ דזשיגאַנען?

עס איז קלאָר אַז דזשיגאַן האָט נישט געפֿונען קיין אַנדערע פֿיגור ווי שומאַכער. אין דעם זינען איז יאָ געווען אַ ירידה, אַ בלויז וואָס ער האָט נישט געקענט אָנפֿילן, כאָטש זײַנע מאָנאָלאָגן זײַנען געבליבן אויפֿן זעלבן ניוואָ ווי פֿריִער. אָבער, פֿאַרשטייט זיך, איז עס נישט געווען נאָר צוליב שומאַכער; ס׳איז געוואָרן שווערער צו געפֿונען שרײַבערס און פּאַרטנערס, און דערפֿאַר איז דזשיגאַנס טעאַטער נישט געווען אַזוי טיף ווי פֿריִער.