דיעגאָ ראָטמאַן באַשרײַבט די קונסט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער

Diego Rotman Describes the Art of Dzigan and Shumacher


פֿון בני מער

Published June 25, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

צי קאָן מען זאָגן אַז דזשיגאַנס קריטיק איז געווען, אָדער געוואָרן, רעאַקציאָנער? ער האָט, למשל, געטענהט אַז ער האָט געהאָלפֿן ברענגען דעם „מהפך”, ד״ה דעם אויפֿגאַנג פֿון דער „ליכּוד‟־פּאַרטיי אין 1977.

איך מיין אַז ניין. מע קען געפֿינען אין אַ סך אינטערוויוען מיט אים (און נישט אַזוי פֿיל אין דעם טעאַטער גופֿא), אַ טיפֿע אַנטוישונג אין דער ישׂראלדיקער קולטור־פּאָליטיק קעגן ייִדיש, פֿון דעם וואָס ער בלײַבט אַליין אין זײַן אינדזל. ער האָט געוואָלט געפֿינען אַ האָפֿענונג אין דעם “מהפּך”, ווי אַ געלעגנהייט פֿאַר די אַלע וואָס זיינען געווען דיסקרימינירט.

מע זאָגט אַז הומאָר עלטערט זיך געשווינד. צי מיינסטו אַז דזישגאַן און שומאַכערס הומאָר איז נאָך אַלץ רעלעוואַנט און קאָמיש?

איינער פֿון די בײַשפּילן וווּ מען קען געפֿינען רעלעוואַנטקייט אין זייער הומאָר הײַנט, איז אינעם פּסק־דין פֿון דעם ריכטער אליקים רובינשטיין קעגן בנימין נתניהו אין יאָר 2016. אינעם פּסק־דין, וווּ ער קריטיקירט די הײַנטיקע ישׂראלדיקע רעגירונג, ציטירט רובינשטיין דווקא דזשיגאַן און שומאַכערס דעפֿיניציע פֿון דעמאָקראַטיע און דיקטאַטור.

ווי אַ קינסטלער, האָסטו בדעה ווידער אויפֿצולעבן דזשיגאַן און שומאַכערס ווערק?

איך קלער צו אַדאַפּטירן צו אונדזערע צײַטן דזשיגאַן און שומאַכערס „דער נײַער דיבוק” — אפֿשר ווי אַן אַנימאַציע־פֿילם.

צי האָבן דזשיגאַן און שומאַכער אַ שײַכות צו דײַן קונסט? און בכלל, וואָס קענסטו זאָגן וועגן דײַנע צוויי (לכל הפּחות) אידענטיטעטן, סײַ ווי אַן אַרטיסט סײַ ווי אַ פֿאָרשער?

איך קען נישט ריידן וועגן אַ דירעקטער השפּעה, אָבער אַוודאי איז דאָ אַן אומבאַוווּסטזיניקע השפּעה; איך אַרבעט דאָל אויך ווי איינער פֿון אַ פּאָר. אין מײַן קונסט, ווי אין דזשיגאַנס און שומאַכערס קונסט, איז פֿאַראַן אַ שפּאַנונג צווישן צוויי פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וווּ די סאָציאַלע קריטיק איז אַ צענטראַלער טייל דערפֿון. ווי דזשיגאַן און שומאַכער, ריידן מיר, די „סאַלאַ־מאַנקאַ גרופּע” (איך און לאה מאַואַס), אויף אונדזער לשון, אויכעט קעגן די שטאַרקע פּאָליטישע פֿיגורן און פּאָליטיקערס פֿון אונדזער צײַט. מיר זיינען נאָך אין אונדזער „אייגענער לאָדזשער געגנט״ אין ירושלים, מיט דער אידעע אַז די פּעריפֿעריע (די שטאָט אָדער דאָס לשון) קאָן זײַן טיפֿער ווי דער צענטער אַליין. אין דעם זינען האַלט איך אַז מײַן קונסט איז ענלעך צו דזשיגאַן און שומאַכערס קונסט.

אין אונדזערע פֿינצטערע צײַטן, זײַנען דזשיגאַן און שומאַכער אַ סימבאָל פֿון ליכטיקייט. מיר געדענקען דזשיגאַן און שומאַכערס נבֿואה ווי אַ מוראדיקע וואָרענונג צו אונדזערע צײַטן — ווי קינסטלערס, ווי אַקאַדעמיקערס און ווי בירגערס, „כי מציון תצא דיקטאַ־תּורה‟.