אַ קייט DNA איז ענלעך צום פּראָגראַמוואַרג פֿון אַ קאָמפּיוטער; זי איז דער פּלאַן פֿאַר די קאָמפּליצירטע אַלגאָריטעמס וואָס די קעמערלעך (צעלן) פֿונעם קערפּער פֿירן דורך. אַזוי ווי בײַ אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, קען אַ גרײַז — עפּעס אויסגעמעקט אָדער על־פּי־טעות אַרײַנגעלייגט — אין דער קייט גורם זײַן, אַז די קעמערלעך זאָלן אפֿשר ניט ריכטיק פֿונקציאָנירן. DNA אַרבעט אָבער ניט אַליין. אַזוי ווי אַ מענטש דאַרף אָנצינדן דעם קאָמפּיוטער כּדי די פּראָגראַמען זאָלן זיך אויפֿוועקן, ווערן די גענעס אָפֿט מאָל אָנגעצונדן און פֿאַרלאָשן פֿונעם סבֿיבֿה־מצבֿ. אַזאַ פֿענאָמען הייסט די „עפּיגענעטיק”.
בײַם „ווײַצמאַן־אינסטיטוט” אין רחבֿות, ישׂראל, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער, וואָס שטודירט די נעווראָביאָלאָגיע פֿון סטרעס, לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ נײַע פֿאָרש־אַרבעט וואָס לייגט פֿיר, אַז די אַנטוויקלונג פֿון געוויסע פּסיכיאַטרישע פּראָבלעמען איז אפֿשר שוין פֿון פֿריִער פּראָגראַמירט אין אונדז נאָך אין דער מוטער־טראַקט. די פֿאָרשער האַלטן, אַז דאָס געשעט, כּדי צוצוגרייטן דאָס קינד אויף אַ שווערן סבֿיבֿה־מצבֿ. די שטודיע, וואָס איז דעם ערשטן יולי פּובליקירט געוואָרן אינעם באַקאַנטן זשורנאַל Cell, איז די ערשטע וואָס דעמאָנסטרירט אַ מעכאַניסטישע פֿאַרבינדונג צווישן דער עפּיגענעטיק און די פּסיכיאַטרישע פּראָבלעמען וואָס האָבן אַ שײַכות מיטן סטרעס. די נײַע שטודיע קען אפֿשר זײַן ספּעציעל וויכטיק פֿאַר ייִדן.
די וויסנשאַפֿטלער האָבן זיך פֿאַראינטערעסטירט אין דער פֿראַגע: אויב אַ פֿרוי פֿילט אַ סך סטרעס בשעת זי טראָגט, פֿאַרגרעסערט עס די מעגלעכקייט, אַז דאָס קינד וועט אַנטוויקלען די „בינדזש־עסן קראַנקייט” (Binge Eating Disorder), אַ פּסיכיאַטרישע פּראָבלעם וואָס דערפֿירט צו דעם, אַז מע זאָל אַרײַננעמען צו פֿיל קאַלאָרישע עסן מיט אַ מאָל?
„כאָטש מע האָט שוין געוווּסט אַז די פּסיכיאַטרישע פּראָבלעמען מיטן עסן זײַנען פֿאַרבונדן מיטן סטרעס, ווייסט מען גאָרנישט וועגן דעם פּראָצעס ווי אַזוי דאָס קומט פֿאָר,” האָט ד׳׳ר אלון חן, דער הויפּט־פֿאָרשער פֿון דער שטודיע געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס”. „צום ערשטן מאָל האָבן מיר געפֿונען אַ מעכאַניסטישע פֿאַרבינדונג צווישן דעם סטרעס בשעתן טראָגן און דער מעגלעכקייט, אַז דאָס קינד וועט האָבן פּסיכיאַטרישע פּראָבלעמען מיטן עסן.”
לויט דעם אַמעריקאַנער „מלוכישן געזונט־אינסטיטוט” (The National Institute of Health) איז די קראַנקייט צום מערסטנס פֿאַרשפּרייט אין די מערבֿדיקע לענדער. אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן לײַדן מער ווי 3% פֿרויען און 2% מענער פֿון דער פּראָבלעם.
די עפֿעקטן פֿון דער קראַנקייט קענען זײַן געפֿערלעך: די וואָס זײַנען באַווירקט דורך איר האָבן אַ גרעסערן שאַנס צו ווערן איבערוואָגיק און, דערפֿאַר, צו לײַדן פֿון צוקערקרענק, הויכן כאָלעסטעראָל, און פּראָבלעמען מיטן האַרץ. דערווײַל איז דאָ נאָר איין מעדיקאַמענט קעגן דער דאָזיקער קראַנקייט וואָס די FDA האָט באַשטעטיקט זײַן זיכערקײט. ער איז אָבער זייער טײַער, און בײַ מענטשן וואָס נעמען אים אײַן כּסדר, פֿאַרלירט דער מעדיקאַמענט זײַן עפֿעקטיווקייט.
כאָטש די פּסיכאָטעראַפּיע און אויכעט די מעדיקאַמענטן וואָס מע נעמט פֿאַר דעפּרעסיע און עפּילעפּסיע קענען העלפֿן מיט דער קראַנקייט, זײַנען זיי נאָך אַלץ זייער ווײַט פֿון אידעאַל. און צוליב דעם וואָס די עפֿעקטן פֿון דער קראַנקייט דויערן לאַנגע יאָרן, איז עס ניט קלאָר, אַז די געזונט־פֿאַרזיכערונג־פֿירמעס וועלן באַצאָלן פֿאַר זיי.
אינעם עקספּערימענט וואָס ווערט באַשריבן אין דער פֿאָרש־אַרבעט האָבן די וויסנשאַפֿטלער געגעבן די מײַז אַ מעדיקאַמענט וואָס שאַפֿט בײַ זיי מער קאָרטיקאָסטעראָן (Corticosterone), אַ האָרמאָן וואָס דער מוח פּראָדוצירט ווי אַ רעאַקציע צום סטרעס. בשעתן טראָגן, אַז עס פֿאַרגרעסערט זיך דער ניוואָ פֿון „קאָרטיקאָסטעראָן”, באַקומט דער וולד ווייניקער נער־שטאָפֿן דורך דער פּלאַצענטע. וואָס שייך עוואָלוציע איז אַזאַ מעכאַניזם נוצלעך; אַזוי אַרום פּראָגראַמירט די מאַמע איר וולד, ער זאָל פֿאַרפּאַמעלעכן דעם מעטאַבאָליזם, און במילא זײַן גרייט אויף אַ סבֿיבֿה אין וועלכער ס׳איז נישטאָ קיין סך וואָס צו עסן. אָבער וואָס פּאַסירט טאָמער ווערט דער וולד געבוירן אין אַ סבֿיבה וואָס איז פֿול מיט קאַלאָרישע עסן?
דער רעזולטאַט איז געווען קלאָר. אַז די מײַז פֿון די מאַמעס וואָס זײַנען אויסגעשטעלט געוואָרן צום סטרעס ווערן צוגעטיילט אַ „מערבֿדיקע דיעטע”, דאָס הייסט — פֿול מיט קאַלאָריעס — האָבן זיי געליטן פֿון דער „בינדזש־עסן”־קראַנקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.