(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די פֿאָרשער האָבן דערנאָך איבערגעחזרט דעם עקספּערימענט אָבער דאָס מאָל האָבן זיי באַקוקט דעם מוח פֿון די וולדן. ווען זיי האָבן אָבסערווירט דעם היפּאָטאַלאַמוס — דער טייל פֿונעם מוח, וואָס קאָנטראָלירט די מעטאַבאָלישע פּראָצעסן און ווי אַזוי דער מוח רעאַגירט צום סטרעס — האָבן זיי באַמערקט אַז דער שוואַנגער־סטרעס האָט פֿאַרלאָשן ס׳רובֿ פֿון אַ גרופּע גענעס וואָס הייסט „מעטל־טראַנספֿעראַסעס” (methyltransferases). יענע גענעס זײַנען וויכטיק פֿאַר די נאָרמאַלע קאָגניטיווע פֿונקציעס, — למשל, דעם אופֿן ווי אַזוי מע רעאַגירט צום סטרעס.
„מיר האָבן געפֿונען זייער אַן אינטערעסאַנטע זאַך,” האָט חן געזאָגט. „אַז מיר האָבן אָבסערווירט דעם מוח פֿון יעדן וולד, האָבן מיר אַנטדעקט גרויסע אונטערשיידן צווישן די מײַזעלעך פֿון די מאַמעס בײַ וועמען דער סטרעס־מעכאַניזם איז יאָ געווען אַקטיוויזירט, און די פֿון די מאַמעס בײַ וועמען — ניט. בײַ די דערוואַקסענע מײַז פֿאַרשווינדן זיך אָט די אונטערשיידן. אַז די מײַז מאַכן אָבער דורך אַ שווערע איבערלעבונג, באַווײַזן זיך ווידער אַ מאָל די אונטערשיידן. דאָס הייסט אַז אַן עפּיגענעטישער „מאַרקער”, אַנשאָט אַ גענעטישער, האָט זיך באַוויזן בשעתן טראָגן, ווײַל ס׳איז נישטאָ קיין ענדערונג אין די גענעס גופֿא.”
פֿאַר חן איז די אַנטדעקונג ניט געווען די סאַמע חידושדיקסטע. אַז די פֿאָרשער האָבן געגעבן די מײַז מיט דער קראַנקייט אַ דיעטע וואָס איז פֿול מיט נער־שטאָפֿן, אַזוי ווי די וויטאַמינען B12 and B6, האָבן די מײַז אויפֿגעהערט צו לײַדן פֿון דער קראַנקייט.
„מיר האָבן געקענט אויסמײַדן, אַז די קראַנקייט זאָל זיך באַווײַזן — פּשוט דורכן געבן זיי אַ באַלאַנסירטע דיעטע,” האָט חן געזאָגט.
ער גלייבט אַז מענטשן האָבן אַן ענלעכן מעכאַניזם, כּדי איבערצוגעבן „אינפֿאָרמאַציע‟ וועגן דער סבֿיבֿה צום וולד.
„מענטשן און מײַז טיילן זיך מיט דער זעלבער ביאָלאָגישער גענע, וואָס מיר האָבן באַשריבן,” האָט ער דערקלערט.
בײַ דער ייִדישער באַפֿעלקערונג זײַנען די אַנטדעקונגען אפֿשר ספּעציעל וויכטיק. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט מען פֿירגעלייגט אַז דורך די עפּיגענעטישע ענדערונגען קען די טראַוומע פֿונעם חורבן איבערגיין פֿון דור צו דור. אין 2015 האָבן וויסנשאַפֿטלער פֿון „מאַונט־סיני שפּיטאָל” אין ניו־יאָרק זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער פֿראַגע צי עס זײַנען דאָ עפּיגענעטישע אונטערשיידן צווישן די קינדער בײַ וועמען די מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און די בײַ וועמען די עלטערן האָבן געוווינט מחוץ אײראָפּע במשך פֿון יענער צײַט. אַז זײ האָבן באַקוקט אַ גענע וואָס שפּילט אַ ראָלע אין דער נאָך־טראַוומאַטישער סטרעס־קראַנקייט (PTSD), האָבן זיי באַמערקט, אַז אין דער גרופּע בײַ וועמען די מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, זײַנען געווען אונטערשיידן אין דער דאָזיקער גענע. בײַ די מענטשן אין יענער גרופּע איז געווען אַ גרעסערע מעגלעכקייט, אַז יענע גענע איז געווען „אָנגעצונדן”.
לויט דער מיינונג פֿון ד״ר משה שיף, אַן עקספּערט אינעם פֿעלד פֿון דער עפּיגענעטיק בײַ „מאַקגיל־אוניווערסיטעט”, זענען די רעזולטאַטן פֿון חן און זײַנע מיטאַרבעטער אַ סימן, אַז די טראַנסמיסיע פֿון דער חורבן־טראַמווע איז אפֿשר פֿאָרגעקומען בשעתן טראָגן אָדער אין די פֿריִיקע קינדער יאָרן.
שטעלט זיך די פֿראַגע: אויב די טראַמווע איז פֿאָרגעקומען פֿאַרן טראָגן, ווי אַזוי קען זי איבערגעגעבן ווערן צום קומענדיקן דור? שיף גלייבט אַז די אויפֿפֿירונג פֿון דער מאַמען אַקטיוויזירט אפֿשר די סטרעס־האָרמאָנען וועלכע צינדן אָן און פֿאַרלעשן די גענעס וואָס קאָנטראָלירן די טראַמווע.
דערווײַל דאַרף מען נאָך אָלץ אויספֿאָרשן, צי מע קען היילן פּסיכיאַטרישע קראַנקייטן וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיטן סטרעס, אַזוי ווי די פּראָבלעמען מיטן עסן אָדער „נאָך־טראַוומאַטישן” סטרעס, פּשוט דורכן בײַטן די דיעטע? חן זאָגט אַז ס׳איז „שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אָבער עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז כאָטש אַ טייל פֿון דער עפּיגענעטשער ׳חתימה׳ — דאָס הייסט, די ענדערונגען וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען צוליב דער סבֿיבֿה — „קען אפֿשר געביטן ווערן דורך דער דיעטע.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.