משה רבינוס שוועסטער, מרים, איז ניפֿטר געוואָרן. ווען די דורשטיקע ייִדן האָבן געבעטן משהן צו געבן זיי וואַסער צו טרינקען, האָט ער געגעבן אַ קלאַפּ מיט זײַן שטעקן אויף אַ פֿעלדז; על־פּי־נס, האָט זיך געעפֿנט אַ וואַסער־קוואַל. נישט געקוקט אויף אַלע גרויסע ניסים, וואָס משה רבינו האָט באַוויזן, האָט דער אייבערשטער געזאָגט, אַז נישט ער, און נישט זײַן ברודער אַהרן הכּהן, וועלן קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל.
אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי מרים הנבֿיאה און אַהרן הכּהן זענען געשטאָרבן. די עיקר־טעמע פֿון דער סדרה, צוליב וועלכער זי טראָגט דעם נאָמען „חוקת‟, האָט אויך צו טאָן מיטן טויט.
ווען אַ ייִד קומט אין קאָנטאַקט מיט אַ טויטן, פֿלעגט דער כּהן־גדול אָדער זײַנער אַ פֿאַרטרעטער אָפּרייניקן דעם טמא־געוואָרענעם מענטש דורך זייער אַ ספּעציפֿישן ריטואַל, מיט דער הילף פֿונעם ספּעציעלן אַש, וואָס מוז קומען פֿון אַ פֿאַרברענטער ריין־ברוינער קו.
די קו, „פּרה־אדומה‟, האָט געמוזט זײַן אין גאַנצן רויטלעך־ברוין. אויב זי האָט אַמאָל געטראָגן דעם יאָך, טויג זי נישט. מע האָט זי געשאָכטן און פֿאַרברענט מחוץ דעם הר־הבית, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע ספּעציפֿישע מאַטעריאַלן. דאָס אַש איז געווען מסוגל צוצוגרייטן אַ מענטש זיך אָפּצורייניקן פֿון דער טומאת־מת; נאָכן באַשפּריצט ווערן מיטן אַש, אויסגעמישט מיט וואַסער פֿון אַ קוואַל, האָט מען געקאָנט גיין אין אַ מיקווה און אָפּגערייניקט ווערן אין גאַנצן.
אין דער קלאַסישער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע ווערט די פּרה־אַדומה אָפֿט דערמאָנט ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַ חוק – אַ מיצווה, וואָס מע מוז פֿאָלגן, הגם זי לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל. דער עיקר־פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס דער כּהן, וועלכער באַשפּריצט דעם מענטש מיטן אַש־וואַסער, ווערט אַליין טמא אינעם פּראָצעס. ווי אַזוי קאָן אַ מיצווה, וואָס רייניקט אָפּ פֿון דער טיפֿסטער טומאה, מטמא זײַן דעם מענטש, וואָס פֿירט זי אויס?
אין דער אמתן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, לייגט זיך די דאָזיקע מיצווה דווקא יאָ אויפֿן שׂכל, אין אַ געוויסן זינען. דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן אַ פּאַראַדאָקסאַלע וועלט, וווּ יעדער מענטש מוז שטאַרבן – אַחוץ אַזעלכע איינצלנע יחידים, ווי אליהו הנבֿיא. מע פֿרייט זיך, ווען אַ נײַער מענטש באַווײַזט זיך אויף דער וועלט, אָבער, סוף־כּל־סוף, גייט ער דאָך אַוועק נאָך 120 יאָר אויף יענער וועלט. ווען אַ מאַמע האָט אַ קינד, בפֿרט אַ מיידל, ווערט זי טמא, ווײַל צוזאַמען מיטן נײַעם לעבן ברענגט זי אויך אַ צוקונפֿטיקן פּאָטענציעלן טויט.
די פּאַראַדאָקסאַלע לאָגיק פֿון דער פּרה־אַדומה לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל דאָס מענטשלעכע לעבן איז בכלל פֿול מיט פּאַראַדאָקסן. דאָס לעבן איז אַלעמאָל דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן מיטן טויט, און טהרה – מיט טומאה. על־פּי חסידות, סימבאָליזירט די פּרה־אַדומה דעם אמתן צדיק, וועלכער מוז צומאָל אַראָפּגיין פֿון זײַן הויכער מדרגה, כּדי אַרויסצושלעפּן אַ פּשוטן זינדיקן מענטש פֿון דער בלאָטע.
בײַ אַ פּשוטן מענטשן קאָנען די ווערטער פֿון אַ צדיק קלינגען ווי אַ הימליש קול פֿון דער הייליקער שכינה און ווי אַ גײַסטיקער קוואַל, וואָס וואַשט אָפּ אַלע זײַנע עבֿירות. כּדי אַרויסצושלעפּן די נשמה פֿון דער בלאָטע, מוזן די ווערטער פֿונעם צדיק אַנטהאַלטן אַ ביסל „אַש‟ – ביטערקייט און שאַרפֿקייט. מצד דער פּערספּעקטיוו פֿונעם צדיק קאָן אָבער זײַן, אַז בעת דעם שמועס מיטן פֿאַרזינדיקטן מענטש גייט אַראָפּ ממש אין גיהנום. אַראָפּגייענדיק אויף אַ ווײַל אין דער גשמיותדיקער וועלט, ווערט דער צדיק אַליין אַ מין פּרה־אַדומה; ער קאָן אַרויסהעלפֿן זײַנע חסידים מיט פּשוטע עצות, וואָס אויף זײַן מדרגה זעען אויס ווי „בהמישקייט‟ און טומאה. דאָס וואָס זעט אויס בײַ איין מענטש ווי אַ גרויסע גײַסטיקע עליה, קאָן בײַ אַ צווייטן אויסזען ווי אַ טיפֿע מפּלה. כּדי מטהר צו זײַן די אַראָפּגעפֿאַלענע נשמה, מוז מען צומאָל אַראָפּגיין צו איר און ממילא זיך מטמא זײַן.
אַן עכטער צדיק קאָן אויך, ווי דאָס אַש פֿון דער פּרה־אדומה, סײַ אויסרייניקן די נשמה מיט די זעלביקע ווערטער, סײַ מטמא זײַן, חלילה, געוויסע מענטשן. די חז״ל וואָרענען אונדז, אַז די תּורה אַליין ווערט בײַ אַ פֿאַרדאָרבענעם מענטש אַ סם־המוות. עס טרעפֿן זיך, צום באַדויערן, פֿאַרקרומטע פֿרומאַקעס, וואָס נוצן אויס פֿאַרשיידענע קנאָיִשע דבֿרי־חז״ל ווי אַ תּירוץ פֿײַנט צו האָבן אַנדערע ייִדן און די גאַנצע אַרומיקע וועלט. מע מיינט, אַז מיט פֿאַרשיידענע חומרות, גדרים און תּקנות קומט מען צו אַ העכערער קדושה; למעשׂה ווערט מען צומאָל פֿאַרוואַנדלט אין אַ נידערטרעכטיקן און העסלעכן פּאַרשוין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.