(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וויסנדיק די אמתע געשיכטע, ווי אַזוי קען אַ הײַנטיקער מענטש זיך אָפּרופֿן אויף זינגמאַנס וויזיע פֿון אַ צוקונפֿט, וואָס איז קיינמאָל ניט מקיום געוואָרן? פּונקט אַזאַ פֿראַגע האָבן יעווגעני פֿיקס און זײַן מיט־קוראַטאָרין לאַריסאַ באַבי געשטעלט די קינסטלער, וועמען זיי האָבן פֿאַרבעטן אָנטיילצונעמען אין דער אויסשטעלונג.
„איך האָב בײַ זיך געטראַכט: ׳וואָס זאָל איך טאָן מיט דעם? ווי אַזוי קען איך פֿאַרוואַנדלען די נאָוועלע אין אַ פּראָיעקט?” האָט פֿיקס דערקלערט. סוף־כּל־סוף, האָט ער באַשלאָסן זיך צו קאָנצענטרירן אויף איין פּאַראַגראַף, אין וועלכן זינגמאַן שילדערט אַ קונסטמוזיי מיט ווערק פֿון על ליסיצקי און אַנדערע ייִדישע קינסטלער.
„דער געדאַנק איז געווען: ווען עדעניאַ וואָלט געווען אַן עכט פּלאַץ; ווען דער מוזיי וואָלט טאַקע עקזיסטירט, וואָס פֿאַר אַ מין קונסט וואָלט עס געהאַט?‟ האָט פֿיקס געזאָגט.
פֿיקס האָט פֿאַרבעטן מאָלער, סקולפּטאָרן און פֿאָטאָגראַפֿן פֿון 13 לענדער זיך פֿאָרצושטעלן ווי אַזוי דער מוזיי אין זינגמאַנס אוטאָפּיע וואָלט אפֿשר געהאַט אויסגעזען און צו שאַפֿן אַ קונסטווערק, וואָס וואָלט געקענט זײַן אַן עקספּאָנאַט דאָרטן.
אין צוזאַמענהאַנג מיט זינגמאַנס מולטיקולטורעלער וויזיע, זענען כּמעט אַלע קינסטלער וואָס נעמען אָנטייל אין דער אויסשטעלונג אימיגראַנטן פֿון איין לאַנד אין אַ צווייטן, אָדער מענטשן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך מיט מער ווי צוויי קולטורן.
„ס׳איז מיר דווקא געווען וויכטיק אויסצוקלײַבן קינסטלער, וואָס זענען טראַנס־נאַציאָנעל, גלותדיק, און וואָס האָבן פֿאַרשידנאַרטיקע בירגערשאַפֿטן,‟ האָט פֿיקס געזאָגט. „איך האָב געוואָלט מענטשן, וואָס האָבן זיך איבערגעפֿלאַנצט פֿון איין לאַנד אין אַ צווייטן. איז, ס׳איז מיר געווען וויכטיק אַז עס זאָל זײַן מולטיקולטורעל, ווײַל די אויסשטעלונג דאַרף ניט בלויז זײַן אַ ייִדיש־אוקראַיִנישער אונטערנעמונג אָדער אַ נאָך־סאָוועטישע, נאָר עפּעס ברייטערס.”
כאָטש פֿיקס וויל אַז די נאָוועלע „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟ זאָל דינען ווי אַ מיטל צו אינספּירירן קינסטלער צו רעדן וועגן פֿאַרשידענע טעמעס פֿאַרבונדן מיטן אינטערנאַציאָנאַליזם, האָט די שטימונג פֿונעם פּראָיעקט זיך דראַסטיש געביטן נאָך דעם וואָס עס האָט זיך אין 2014 אָנגעהויבן די מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע.
„מיר לעבן אין אַ מאָדנער צײַט,‟ האָט פֿיקס דערקלערט. „נאָך 2014 איז דער פּראָיעקט געוואָרן אַ סך וויכטיקער און אינטערעסאַנטער, ווײַל מע שאַפֿט אים בעת אַ מלחמה. און אָט מאַכן מיר אַ פּראָיעקט, באַזירט אויף אַ ייִדישער נאָוועלע. דערבײַ ווערט ייִדיש פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין קריטיק קעגן דעם רוסישן און אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליזם. וווּ פּאַסט זיך אַרײַן די ייִדישע קהילה? אין רוסלאַנד, צי אוקראַיִנע? צי ביידע? די ייִדן האָבן טאַקע הונדערטער יאָרן געהערט צו דער רוסישער אימפּעריע אָבער צום־מערסטנס האָבן זיי געוווינט אין דער טעריטאָריע וואָס איז איצט אוקראַיִנע. הײַנט האַלט מען אָבער די רוסישע ייִדנטום און די אוקראַיִנישע ייִדנטום פֿאַר צוויי באַזונדערע גרופּעס.‟
די נאָוועלע איז פֿיקסן אויך אינטערעסאַנט ווײַל עס האַנדלט זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿון אוקראַיִנע, און הײַנט, מיט כּמעט 100 יאָר שפּעטער, איז „די דאָזיקע צוקונפֿט נאָך אַלץ אומקלאָר. אוקראַיִנע געפֿינט זיך נאָך אַלץ אויף אַ מין שעדוועג — האַלב אייראָפּעיִש, האַלב פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער ציוויליזאַציע. געוויסע מענטשן קוקן צו דער סאָוועטישער פֿאַרגאַנגענהייט ווי אַ מין אוטאָפּיע, אַנדערע צום אייראָפּעיִשן פֿאַראיין ווי אַ מין אוטאָפּיע. הייסט עס, די אוקראַיִנער זוכן ווײַטער אַן אוטאָפּישן אידעאַל.‟
די ראָלע פֿון די אוטאָפּישע וויזיעס אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע איז אַ טעמע וואָס די קוראַטאָרן ווילן, אַז די באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג זאָלן ערנסט באַטראַכטן. אין אַ וועגווײַזער פֿאַר דער אויסשטעלונג האָבן לאַריסאַ באַבי און יעווגעני געשריבן: „מיר עצהן די באַזוכער צו באַטראַכטן אויף אַ קריטישן אופֿן דעם צוצי און די באַקוועמלעכקייטן פֿון די אוטאָפּישע חלומות און צו געדענקען דאָס וואָס מענטשן האָבן געטאָן כּדי צו פֿאַרוואַנדלען אַן אידעאַליזירטן אימאַזש פֿון אַ געזעלשאַפֿט אין אַ ווירקלעכקייט. וויפֿל פֿון די זעלביקע חלומות און אַרגומענטן חזרן זיך נאָך איבער עד־היום?”
די עקספּאָנאַטן אין דער אויסשטעלונג זעען אויס ווי אַ סך הײַנטצײַטיקע קונסטווערק מיט איין וויכטיקן אונטערשייד: די טיטלען פֿון די ווערק שטייען געשריבן אויף ייִדיש. „כאָטש ניט אַלע ווערק זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע, איז אונדז געווען זייער וויכטיק, אַז ייִדיש זאָל פֿיגורירן אויפֿן אויבן־אָן בײַ אַלע אַספּעקטן פֿון דער אויסשטעלונג,‟ האָט פֿיקס דערקלערט.
דערפֿאַר האָבן פֿיקס און באַבי באַשלאָסן, אַז אַלע שילדן אויף די ווענט מיט די נעמען פֿון די קינסטלער און די טיטלען פֿון זייערע ווערק זאָלן זײַן סײַ אויף אוקראַיִניש, סײַ אויף ייִדיש. דערצו איז דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג אויך אויף ייִדיש.
„איך בין זייער אַנטציקט צו זען די שילדן אויף ייִדיש,‟ האָט פֿיקס געזאָגט. „ווען איז געווען דאָס לעצטע מאָל וואָס אַזאַ זאַך איז געשען אין אוקראַיִנע?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.