אינעם 15טן יאָרהונדערט האָט אַ רוסישער סוחר, אַפֿאַנאַסי ניקיטין, אָנגעשריבן „אַ נסיעה איבער דרײַ ימען‟, וועגן זײַנע לאַנג־יאָריקע וואַנדערונגען אין טערקײַ, פּערסיע און אינדיע. אַ סוחר איז ער געווען, נעבעך, זייער אַן אומגעראָטענער; אויף וויפֿל מע ווייסט, איז ער אָבער געוואָרן דער ערשטער אייראָפּעער וואָס האָט אַ מאָל באַזוכט אינדיע. דער פּאָרטוגאַלער ים־קאָמאַנדיר וואַסקאָ דע גאַמאַ האָט זיך דערקליבן ביז אינדיע מיט אַ דור שפּעטער.
ניקיטינס ווערק איז אַ מאָדנע מישמאַש פֿון שפּראַכן און געדאַנקען. פּראַוואָסלאַוונע תּפֿילות מישן זיך אויס מיט מוסולמענישע. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן אַז ער איז געווען אַ מין פֿריִיִקער פּלוראַליסט, און האָט אין יעדן לאַנד אָנגענומען די אָרטיקע מינהגים. לויט אַן אַנדערער טעאָריע, האָט ער אויסגעלערנט אַזוי פֿיל פֿרעמדע שפּראַכן און זיך באַקענט מיט אַזוי פֿיל פֿעלקער, אַז נאָך די לאַנגע וואַנדער־יאָרן האָט ער אָנגעהויבן צו פֿאַרגעסן זײַנע רוסישע וואָרצלען.
אַזוי צי אַזוי, האָב איך זיך פּלוצעם דערמאָנט אינעם דאָזיקן מיטל־עלטערלעכן ווערק, ווען דער מאָסקווער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟, בראָש מיטן ליובאַוויטשער חסיד ברוך גאָרין, האָט אַרויסגעגעבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך באָריס סאַנדלערס בוך „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רוסיש דורך אַלכּסנדר פֿרענקעל, דער דירעקטאָר פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער.
גאָרין האָט באַמערקט די פֿענאָמענאַלע טראַיעקטאָריע, וואָס סאַנדלערס בוך האָט דורכגעמאַכט איבער דער גאָרער וועלט. דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַ לאַנד, וווּ, לויט אַ פֿאַרשפּרייטן אַמעריקאַנער סטערעאָטיפּ, איז נישט געבליבן קיין שפּור פֿון ייִדישקייט. אין דער אמתן, האָט סאַנדלער געהאַט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַן אָפֿיציעלע שטעלע דווקא ווי אַ ייִדישער שרײַבער. נאָך אַ פּעריאָד פֿון פֿרוכטבאַרער ייִדיש־טעטיקייט אין ארץ־ישׂראל, האָט ער דורכגעפֿירט אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַ גאַנצע רעוואָלוציע און פֿאַרוואַנדלט די צײַטונג אין אַ מאָדערנער אינטעליגענטער קולטור־אויסגאַבע. איצט קומט אַרויס זײַן בוך זכרונות דווקא אין דער „אַלטער היים‟ — נישט בעסאַראַביע, אָבער פֿאָרט רוסלאַנד.
די פֿאַרלעגער, פֿון דער צווייטער זײַט, רעפּרעזענטירן אַ חסידישע באַוועגונג, וואָס שטאַמט פֿון רוסלאַנד און די בשכנותדיקע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער הויפּט־שטאַב פֿון חב״ד־ליובאַוויטש געפֿינט זיך הײַנט אין ניו־יאָרק; צוליב דעם, דערפֿילט מען אין די הײַנטיקע חב״ד־קהילות אויפֿן שטח פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ פֿרעמדער אַמעריקאַנישער טעם. אַזוי ווי אינעם דערמאָנטן מיטל־עלטערלעכן ווערק פֿונעם רוסישן סוחר, זענען עטלעכע לענדער און גאַנצע קאָנטינענטן צונויפֿגעפֿלאָכטן אינעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן.
דעם 22סטן יוני איז אינעם פּעטערבורגער קהילה־צענטער פֿאָרגעקומען אַן אָוונט אין אָנדענק פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־זינגער און לידער־זאַמלער אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער. אויף די אונטערנעמונגען איז געקומען דער קאָנסול פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, טאָמאַס לירי, צוזאַמען מיט זײַן מיטאַרבעטאָרין. יעדן צווייטן חודש גיט דער צענטער אַרויס אַ היסטאָריש־ליטעראַרישן זשורנאַל מיטן נאָמען „דער עם־הספֿר אין דער וועלט פֿון ספֿרים‟ (Народ книги в мире книг), וווּ עס ווערן רעצענזירט נײַע רוסישע ביכער — און צומאָל אוקראַיִנישע — אויף ייִדישע טעמעס. אין יעדן נומער ווערן דערמאָנט 20-60 פֿרישע אויסגאַבעס — אָפֿט איבערזעצונגען פֿון ענגליש.
אין דער ביבליאָטעק פֿונעם צענטער קאָנען די לייענער זיך באַקענען מיט טויזנטער גאַנץ אינטערעסאַנטע ביכער — פֿון אַקאַדעמישע שטודיעס פֿון תּנ״ך און מגילות־ים־המלח, ביז משה אידלס פֿאָרשונגען פֿון קבלה און ד״ר אַרטור גרינס נעאָ־חסידישע „היפּי‟־געדאַנקען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.