(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין פֿאַרגלײַך מיט דער שטאָטישער הויפּטשול, וווּ חב״ד האָט פֿאַקטיש אײַנגעפֿירט אַ טאָטאַלן מאָנאָפּאָל, קאָן מען דווקא אינעם וועלטלעכן צענטער געפֿינען די אינטערעסאַנטסטע מאַטעריאַלן אויף כּלערליי ייִדישע טעמעס. די ליובאַוויטשער האָבן פֿאַרקויפֿט — אָדער באַגראָבן אין דער גניזה אויפֿן בית־עולם, ווי זיי באַטאָנען — אומצאָליקע אַלטע ספֿרים. איך מיין, אַז ס׳איז אַ גרויסע עוולה. מיט 20 יאָר צוריק האָט יעדער יודע־ספֿר געקאָנט אַרויפֿקלעטערן אויפֿן שיל־בוידעם און שאַפֿן אַן אייגענע ספֿרים־זאַמלונג. דערצו, באַטאָנען אַ צאָל חסידישע צדיקים, אַז דאָס לערנען אַן אַלטן ספֿר איז אַ גרויסע סגולה; די נשמה דערפֿילט דעם טעם פֿון די אַמאָליקע דורות שטעטלדיקע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַמאָל האָט מען גאָר געקאָנט טרעפֿן אויפֿן שיל־בוידעם אָדער אויף די פּאָליצעס ספֿרים פֿון ווענעדיק, אַמסטערדאַם און אַפֿילו טוניס.
די ליבאַוויטשער האָבן זיי אינגאַנצן באַזײַטיקט מיט מאָדערנע אַמעריקאַנער און ארץ־ישׂראלדיקע אויסגאַבעס, על־פּי־רובֿ מיט רוסישע איבערזעצונגען, ענלעך צו די ענגלישע פּובליקאַציעס פֿונעם פֿאַרלאַג ArtScroll. ווי אַ רעזולטאַט, האָט סײַ די גרויסע שיל, סײַ דאָס קליינע חסידישע שטיבל, פֿאַרלוירן אין אַ געוויסער מאָס דעם אויטענטישן טעם.
אין אַמעריקע זענען די ייִדישע קאָמונאַלע צענטערס, געוויינטלעך, וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וווּ ייִדישע קינדער קאָנען שפּילן אין בייסבאָל אָדער שווימען אין אַ באַסיין. וואָס שייך למדנות אָדער אַפֿילו יסודותדיקע ייִדישע טראַדיציעס, הערשט דאָרט אָפֿטמאָל אַ טיף עם־הארצות. להיפּוך, האָט זיך אין פּעטערבורג געשאַפֿן דווקא אַ פֿאַרקערטער מצבֿ. אויב מע וויל זיך באַקענען ערנסט מיט דער ייִדישער געשיכטע, זיך לערנען ייִדיש אָדער קומען אויף אַ קאָנצערט הערן עכטע ייִדישע לידער, דאַרף מען גיין אינעם קהילה־צענטער, וואָס געפֿינט זיך אינעם סאַמע צענטער פֿון שטאָט. דער עולם וואָס פֿאַרזאַמלט זיך דאָרטן איז אַן אינטעליגענטער און געבילדעטער: סטודענטן, קולטור־טוער, פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער. די אַטמאָספֿער איז אַן אויטענטישע; עס וווינען נאָך אַלץ אין דער שטאָט אַ קליינע צאָל נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער, און רוסלאַנד בלײַבט אַ טייל פֿונעם היסטאָרישן ייִדישלאַנד.
אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע שטעט אַרום דער וועלט, זענען די אָרטיקע ייִדיש־לערנער לאַוו־דווקא ייִדן. איינע פֿון די אָרטיקע נישט־ייִדישע ייִדישיסטישע „שטערנס”, וואַליענטינאַ פֿעדטשענקאָ, וווינט איצט אין פּאַריז און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אין דער פּאַריזער ייִדיש־טעטיקייט; גלײַך נאָך דער פּובליקאַציע פֿון סאַנדערס בוך האָט זי זיך באַוויזן אויף אַ צײַט אין איר היימשטאָט, פּעטערבורג. אַ באַגאַבטע שפּראַך־קענערין, האָט זי נישט לאַנג צוריק איבערגעזעצט, אויפֿן סמך פֿון די „פֿאָרווערטס‟־אַרכיוון, יצחק באַשעוויסעס ראָמאַן „שאָשע‟ אויף רוסיש.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער פּראָיעקט פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער איז אַ זאַמלונג לידער פֿון משה בערעגאָווסקי אויפֿן אָריגינעלן ייִדיש מיט אַ פּאַראַלערער רוסישער איבערזעצונג. פֿרענקעל האָט אינעם שמועס מיט מיר זיך שפּאַסיק באַקלאָגט, אַז אויף רוסיש קלינגט בערעגאָווסקי צו שיין. די איבערזעצערס, דער באַקאַנטער קינדער־פּאָעט מיכאל יאַסנאָוו צוזאַמען מיט יעלענאַ באַיעווסקאַיאַ, משה בערעגאָווסקיס אייניקל, האָבן פֿאַרוואַנדלט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אין גאָר ראַפֿינירטער רוסישער פּאָעזיע.
עס וואָלט אָבער געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז ייִדיש בליט אין פּעטערבורג. די שפּראַך־טעטיקייט גייט אָבער ווײַטער אָן און ציט צו דווקא געבילדעטע פּראָפֿעסיאָנעלע טוער. פֿרענקעל מיינט — און איך בין מסכּים דערמיט — אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש ווי אַ גערעדטע גאַסן־שפּראַך שטעקט הײַנט אין די מײַלער פֿון די סאַטמאַרער און אַנדערע „היימישע‟ חסידים אין ניו־יאָרק. אין רוסלאַנד, ווי עס זעט אויס, בלײַבט דאָס לשון אַסאָציִיִרט, דער עיקר, מיט וועלטלעכע בילדונג־אָרגאַניזאַציעס. גאָרינס כּמו־וועלטלעכער פֿאַרלאַג איז אַ מערקווירדיקער יוצא־מן־הכּלל. די אָרטיקע ייִדישיסטן, נישט געקוקט אויף זייער וועלטלעכקייט, באַטראַכטן די אַמעריקאַנער סאַטמאַרער קהילה ווי אַ מין ראָמאַנטיש וווּנדער־לאַנד.
צי עס וועט זיך אַמאָל אײַנגעבן צו שאַפֿן אַ בריק צווישן צוויי אַזעלכע היפּוכדיקע וועלטן — ווער ווייסט? ווי איך האָב זיך דערוווּסט, לייענען די רוסישע ייִדיש־ליבהאָבער מיט גרויס אינטערעס די סאַטמאַרער בלאָגן. ווי געזאָגט, אַפֿילו אין מיטל־עלטער האָבן געוויסע יחידים אויסגעווען די וועלט און טאַקע געשאַפֿן אַ קולטורעלע בריק איבער ימען. אין דער הײַנטצײַטיקער אינטערנעץ־תּקופֿה איז עס, אין פּרינציפּ, אַוודאי מעגלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.