(די 2 טע זײַט פֿון 7)
אַלע אין עולם זיצן מיט אָפֿענע מײַלער און פֿאַרכאַפּטע אָטעמס, און דער רבֿ פֿרעגט: „לויט וואָס מיר האָבן זיך געלערנט אין בבא קמא, אַז אַ מענטש מוז צאָלן שאָדנגעלט ווען ער באַשעדיקט אַ מענטשנס אייגנס אָדער זײַן קערפּער, וויפֿל דאַרף דער פּאָליציאַנט באַצאָלן?”
יעצט ווערן אַלע אויפֿגעלעבט. איינער האָט געוואָלט וויסן וויפֿל זויערשטאָף קאָסט, און אַן אַנדערער שרײַט אויס אַז דער פּאָליציאַנט מוז באַצאָלן הונדערט טויזנט דאַלאַר. אַ דריטער וויל וויסן צי דער מאַן האָט געזונט־פֿאַרזיכערונג. נאָר איין מאַן האָט זיך אויפֿגעשטעלט און פּאַמעלעך געזאָגט: „גאָרנישט! ער דאַרף גאַרנישט באַצאָלן. דער פּאָליציאַנט איז אַ העלד. הײַנטיקע צײַטן לייענט מען כּמעט יעדן טאָג פֿון באָמבעס און מאַסע־שיסערײַען און אַנטיסעמיטישע אַקטן און דער פּאָליציאַנט האָט געטאָן דאָס וואָס מ’האָט אים אַנגענומען צו טאָן.”
קיינער האָט מיט אים נישט מסכּים געווען און מ׳האָט פֿון אים אַפּגעלאַכט. די פֿרויען אויך. „זעצט זיך אַוועק,” האָבן זיי געזאָגט און געמאַכט מיט די הענט. איך האָב דעם מאַן גוט אָנגעקוקט און געטראַכט: המם, איך קען אים נישט, אָבער ער איז אַ מאַן מיט פֿאַרשטאַנד.
איך האָב זיך אויך אויפֿגעשטעלט ווײַל אַנדערש וואָלט מען מיך נישט באַמערקט. „ער איז גערעכט!” האָב איך געזאָגט. „דער פּאָליציאַנט איז געווען גרייט צו שטאַרבן אַז אַנדערע זאָלן לעבן. ער האָט פֿאָרט געמיינט, אַז ער וואַרפֿט זיך אַרויף אויף אַ באָמבע.”
דער מאַן האָט געקוקט אויף מיר און איך אויף אים. אונדזערע אויגן האָבן זיך געטראָפֿן. מײַנע באַקן האָבן געפֿלאַמט און איך האָב זיך באַשיידן אַוועקגעזעצט און אַראָפּגעלאָזט די אויגן אויף די הענט אין שויס.
אָבער מיר האָבן ביידע זיך צעשמייכלט ווען דער רבֿ האָט געזאָגט, אַז מיר זענען גערעכט. דער פּאָליציאַנט מוז גאָרנישט באַצאָלן.
אָט דאָס הייסט אַן אינטערעסאַנטער שיעור!
בײַם אַרויסגיין האָט דער רבֿ מיך אָפּגעשטעלט. ער האָט נאָכגערופֿן דעם מאַן, חיים גאָלדפֿעדער, ער זאָל אויך אונטערוואַרטן, און ער האָט אונדז ביידן פֿאָרגעשטעלט איינער פֿאַרן אַנדערן. דער רבֿ האָט נאָך צוגעגעבן איין זאַך איידער מיר זענען אַרויס: „חיים איז אַן אַלמן.”
איר ווייסט אַוודאי וואָס איך האָב געטראַכט: אַזאַ השגחה פּרטית זיך צו באַקענען מיט אַ שיינעם, הויכן מאַן, אַ גמרא־קאָפּ … כ׳האָב זיך דערפֿרייט ווײַל ס׳איז שוין דרײַ חדשים זינט ס׳האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם מיטן לעצטן קאַוואַליר מײַנעם. כ׳האָב זיך נאָך מער דערפֿרייט ווען דער חיים האָט מיך פֿאַרבעטן טרינקען מיט אים אַ קאַווע אינעם כּשרן קאַפֿע נישט ווײַט פֿון דער שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.