(די 7 טע זײַט פֿון 7)
דאָקטוירים האָבן איר פֿאַרשריבן אַלערליי ווייטיק־מיטלען אָבער זיי האָבן נישט געהאָלפֿן. די מיטלען האָבן זי אַנטשלייפֿט און זי איז געשלאָפֿן מער און מער. איין פֿרימאָרגן האָב איך זיך אויפֿגעוועקט, און זי איז שוין געווען בלוי און קאַלט: טויט! אַ פּנים, האָט זי האָט שוין מער קיין לייד נישט געקענט פֿאַרנעמען, אײַנגענומען אַ סך פֿאַרשיידענע טאַבלעטן, און שוין… דאָס איז געווען מיט אַ יאָר צוריק.” און חיים האָט אָנגעהויבן וויינען. „די מאַמע האָט אויך געוויינט,” האָט ער געזאָגט. „זי האָט אַזוי געוואָלט, אַז מיר זאָלן זײַן צופֿרידן.”
וואָס האָב איך געקענט צו דעם זאָגן? כ׳האָב געפּלאַפּלט אַלע שאַבלאָנען וואָס העלפֿן קיינעם נישט. וואָס איז דער באַלזאַם פֿאַר אַ צעבראָכן האַרץ? הלוואַי וואָלט איך געוווּסט. האָב איך אים געזאָגט דעם אמת: „איך ווייס נישט וואָס צו זאָגן. איך ווייס דיך נישט ווי צו טרייסטן.”
ער האָט מיך געקוקט גלײַך אין די אויגן אַרײַן אין געזאָגט, „דו ווייסט יאָ. יעדע נאַכט און יעדער פֿרימאָרגן ווען מיר רעדן היילסטו מיך אויס אַ ביסל מײַן צעבראָכן האַרץ.”
„דאָס… דאָס איז גוט,” האָב איך געשטאַמלט, און אַראָפּגעקוקט.
„האָב מיט מיר חתונה. ווער מײַן ווײַב. איך ווייס אַז דו האָסט מיך אויך ליב!”
„חיים, איך קען נישט! דו ביסט אַ גוטער און דער רבונו־של־עולם וועט דיר מיט דער צײַט, אין דער ריכטיקער צײַט, צושיקן אַ פּאַסיק ווײַב.”
„ניין, זאָג דאָס נישט. דער אייבערשטער האָט מיר דיך געשיקט. איך פֿיל זיך גוט מיט דיר.”
פּלוצלינג האָב איך זיך דערטראַכט צו אַ גאָלדענעם תּירוץ. „הער זיך צו, חיים, דו ווייסט נישט קיין סך וועגן מיר, נאָר פּונקט אַזוי שטאַרק פֿאַרליבט ווי דו ביסט געווען אין קלאַראַן, אַזוי פֿאַרליבט בין איך געווען אין מײַן מאַן, זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, און ווען ער איז געשטאָרבן האָב איך געטאָן אַ נדר אַז איך וועל קיין מאָל ווידער נישט חתונה האָבן.”
„אָבער אַ בית־דין קען בטלען אַ נדר.”
„ניין, חיים, איך וויל נישט. איך וועל אים בלײַבן געטרײַ,” און ווי אַ גוטע אַקטריסע האָב איך געלייגט די רעכטע האַנט איבערן האַרץ.
ער האָט צוגעפּרעסט די ליפּן, אַ פּנים, צו פֿאַרהאַלטן די טרערן און סוף־כּל־סוף געזאָגט: „אויב אַזוי, פֿאָר איך צוריק קיין קאָליפֿאָרניע וווּ איך קען זײַן נעענטער צו קלאַראַס קבֿר.”
ער האָט זיך אויפֿגעשטעלט און איז אַרויס פֿונעם קאַפֿע. וואָס האָב איך געטאָן? איך בין געזעסן אַ ווײַלע, באַצאָלט פֿאַרן עסן און אַהיימגעפֿאָרן. איך האָב קיין מאָל נאָך דעם נישט געהערט אָדער געזען חיימען און האָב מער קיין חשק נישט געהאַט צוריקצוגיין צו הרבֿ פֿעלדענשטיינס שיעור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.