(די 3 טע זײַט פֿון 7)
ווען מיר זענען געזעסן איינער קעגן איבער דעם אַנדערן האָב איך באַמערקט אַז ער איז עפּעס אומבאַקוועם, אַ ביסל נערוועז. האָב איך אָנגעהויבן רעדן וועגן זיך: וווּ איך וווין, אַז איך בין אַן אלמנה אאַז׳׳וו. די גאַנצע צײַט האָט ער מיר געקוקט גלײַך אין די אויגן אַרײַן און געהאַט אַ דינעם שמייכל אויף די ליפּן וואָס האָט מיך געמאַכט אַ ביסל אומבאַקוועם. „וואָס איז, חיים?” האָב איך אים געפֿרעגט.
„וואָס מיינסטו?”
„דו קוקסט אויף מיר עפּעס אַזוי מאָדנע. וועגן וואָס טראַכסטו?”
„איך טראַכט וויפֿל דו דערמאָנסט מיך אין דער מאַמען, ע״ה.”
„איז דאָס אַ שלעכטע זאַך?” האָב איך אים געפֿרעגט.
„ניין, ניין. זי איז געווען אַ שיינע ווי דו ביסט, און אַ קלוגע, אויך ווי דו.”
„אַ דאַנק פֿאַר די קאָמפּלימענטן. מעג איך פֿרעגן ווען דו האָסט זי פֿאַרלוירן?”
„מיט דרײַ יאָר צוריק, ע״ה.”
„דער טאַטע לעבט נאָך?”
„אויך נישט. ער איז געשטאָרבן מיט פֿינף יאָר פֿאַר דער מאַמען, ע״ה.”
„און דער רבֿ האָט געזאָגט אַז צו אַלץ ביסט נעבעך אַן אַלמן אויך? זײַ מיר מוחל וואָס איך פֿרעג אַזוי פֿיל פֿראַגעס. מיר קענען זיך אין גאַנצן נישט און איך וויל דיך נישט מיט מײַנע פֿראַגעס פֿאַרשאַפֿן מער צער. און מיר רעדן נאָר וועגן די וואָס פֿעלן. ווידער אַ מאָל, זײַ מיר מוחל.”
„נו, וואָס קען מען טאָן? ברוך דיין אמת! דער רבונו־של־עלום באַשליסט ווען ס׳איז די ריכטיקע צײַט פֿאַר אַלעמען. דאָס ווײַב איז מיר געשטאָרבן נאָר מיט אַ יאָר צוריק, האָב איך געוואַרט ביז מ’שטעלט אויף די מצבֿה אין קאַליפֿאָרניע, און דערנאָך בין איך געקומען אַהער צו דער שוועסטער. מער קיינעם האָב איך נישט, נאָר די שוועסטער, איר מאַן און זייערע שיינע קינדערלעך. זיי וווינען אין שיקאַגע, בין איך געקומען צו זיי אויף עטלעכע וואָכן… אפֿשר לענגער.”
„נו, און דערנאָך?”
„דערנאָך איז ג־ט אַ פֿאָטער, ווי מע זאָגט.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.