(די 5 טע זײַט פֿון 7)
חיים האָט מיר אָנגעקלונגען עטלעכע מאָל נאָך דעם: אפֿשר אַכט מאָל, דאָס הייסט יעדן צווייטן טאָג… טעלעפֿאָניש האָבן מיר יעדעס מאָל גערעדט נישט ווייניקער ווי אַ האַלבע שעה, און אַ מאָל כּמעט אַ גאַנצע שעה. איך קען נישט זאָגן אַז איך האָב מיט גרויס חשק אַרויסגעקוקט אויף זײַנע טעלעפֿאָנען, ווײַל ער האָט אַ סך גערעדט וועגן דער מאַמען, וועגן זײַנע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס. דאָס איז תּמיד געווען דער אָנהייב: די חנעוודיקע און קלוגע זאַכן וואָס די מאַמע האָט געזאָגט און וואָס די פּלימעניקעס און פּלימעניצעס האָבן אָדער געזאָגט אָדער געטאָן. דערנאָך איז ער אַריבער צו דער טעמע, וואָס ער האָט הײַנט געלערנט מיט זײַן חבֿרותא אָדער אויף אַ שיעור, און דאָס האָט פֿאַרנומען די גאַנצע צײַט. נאָכן צווייטן קלונג, ווען איך האָב דערזען אַז ער קלינגט האָב איך שוין גיך גענומען עפּעס אין דער האַנט צו שטריקן אָדער העקלען, ווײַל כ׳האָב דערפֿילט ווי נייטיק עס איז פֿאַר אים צו רעדן מיט מיר. ס׳איז ווי ביקור חולים, האָב איך זיך אַליין געשטאַרקט. בלויז צוויי מאָל האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אין שמועס צו פֿרעגן וואָס איך מאַך, און נאָך איידער איך האָב געקענט אַ וואָרט אַרויסזאָגן האָט ער שוין באַמערקט: „יאָ, יאָ. דו ביסט געזונט. גוט דאָס צו הערן. עס זענען דאָ שוואַכע מענטשן און געזונטע. ווי די מאַמע ע״ה ביסטו אַ געזונטע, ג־ט צו דאַנקען.”
און איך האָב געטראַכט: יאָ, זי איז געווען געזונט ביז זי איז געשטאָרבן פֿון אַ קרענק. אַ מענטש איז שטאַרקער פֿון אײַזן און שוואַכער ווי אַ פֿליג. כ׳וואָלט אים דאָס געזאָגט, אָבער איך האָב נישט געוואָלט איבערהאַקן דעם מאָנאָלאָג.
איין מאָל האָב איך אַ ביסל זיך צעהוסט, האָט ער באַלד געפֿרעגט צי איך בין קראַנק.
„ניין, נישט קראַנק, נאָר אַ ביסל פֿאַרקילט. ס’וואָלט געווען בעסער ווען איך געדענק יעדן אין דער פֿרי אײַנצונעמען די וויטאַמינען, ספּעציעל וויטאַמין צע, וואָס מע זאָגט פֿאַרהיט פֿון קאַטערס.“
„איך וועל דיך דערמאָנען,” האָט ער מיר צוגעזאָגט.
„זייער שיין פֿון דײַן זײַט, אָבער מע דאַרף נישט. כ׳וועל שוין ווי עס איז אַליין געדענקען.”
„אָבער דו האָסט ערשט געזאָגט, אָז דו געדענקסט נישט! און ס’איז מיר זייער וויכטיק אַז דו זאָלסט בלײַבן געזונט.”
„מוזסט זיך נישט אַזוי מטריח זײַן.”
און ער האַט געלאַכט כּמעט צו זיך אַליין און צוגעגעבן, „איך האָב דאָס אויך געטאָן פֿאַר דער מאַמען, ע״ה” און צוגעגעבן האָט ער, אַז עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט ווען ער רעדט מיט מיר. איך מוז יעצט לאַכן, ווײַל בײַ מיר שעפּט עס אויס דאָס געזונט. נו, אָבער איך טו פֿאָרט אַ מצווה.
אין דער פֿרי האָט ער מיר טאַקע געקלונגען צו דערמאָנען אײַנצונעמען די וויטאַמינען, און אין אָוונט האָט ער געקלונגען מיך צו ווינטשן אַ גוטע נאַכט. אין צווישנצײַט האָב איך גענומען קלערן ווי זיך אַרויסצודרייען פֿון דעם קלעם.
„נו, נאָך עטלעכע וואָכן שטריקן, (כ׳האָב געמאַכט דרײַ שיינע שאַלן) האָט ער מיך געפֿרעגט צי איך וויל זיך מיט אים ווידער טרעפֿן אין כּשרן קאַפֿע נאָכן רבֿנס שיעור.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.