(די 6 טע זײַט פֿון 7)
„יאָ. גוט,” האָב איך געענטפֿערט, און געטראַכט האָב איך, אַז דאָס וועט זײַן אַ גוטע געלעגנהייט צו ענדיקן אונדזער באַציִונג. עס גייט מיר שוין כּמעט וואַסער פֿון די אויערן פֿון אים.
דאָס מאָל האָב איך כאָטש עפּעס געגעסן און חיים נישט, אָבער ס’וואָלט געווען בעסער ווען איך וואָלט געהאַט אַ ניכטערן מאָגן.
חיים האָט אָנגעהויבן מיט שיינע רייד, וויפֿל הנאה ער האָט פֿון אונדזערע שמועסן, אַז איך בין אים געוואָרן אַ גוטער פֿרײַנד…
„אָבער… אָבער, פֿון דעסט וועגן…” איך האָב אָבער גאָרנישט געקענט זאָגן. אָדער ער האָט מיך נישט געהערט אָדער ער האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק אַז איך וויל עפּעס זאָגן, ווײַל ער האָט ווײַטער גערעדט: און יעצט וויל ער מיר דערציילן ווי אַזוי זײַן ווײַב איז געשטאָרבן! איך זיץ פֿאַרגאַפֿט און ער דערציילט מיר אַ שוידערלעכע מעשׂה.
„די מאַמע איז געווען אין גאַנצן קעגן דעם שידוך. די סיבה האָט זי מיר קיין מאָל נישט געזאָגט. זי האָט נאָר געזאָגט אַז נישט קלאַראַ, און נישט קלאַראַס עלטערן געפֿעלן איר. „עפּעס איז מיט איר דער מער,” האָט זי געזאָגט. „אָבער איך ווייס נישט וואָס. עפּעס איז דאָ נישט גלאַט!“ קלאַראַ, ע״ה, און איך האָבן עטלעכע יאָר גוט געלעבט צוזאַמען, אָבער די מאַמע האָט זי קיין מאָל נישט ליב באַקומען: „עסן קען זי, אָבער קאָכן נישט.” „ז׳איז אַ שליאַק!” אאַז״וו. זי האָט קלאַראַן פֿאַרפֿינצטערט די יאָרן. און אַז קלאַראַ איז געווען אומצופֿרידן, ווי האָב איך געקענט זײַן צופֿרידן? מיר האָבן ביידע אײַנגענומען אַנטי־אַנגסט טאַבלעטן. קלאַראַ האָט קיין מאָל נישט פֿאַרשוואַנגערט. עטלעכע דאָקטוירים האָבן באַמערקט ווי זי ציטערט און זיך דערוווּסט וויפֿל אַנטי־אַנגסט טאַבלעטן זי נעמט אײַן און פֿאַר וואָס, האָט מען איר געעצהט זיך איבערציִען ווײַט פֿון דער שוויגער. האָבן מיר זיך איבערגעקליבן קיין קאַליפֿאָרניע צו איר משפּחה. ס׳איז געווען לויט דער תּורה: אין בראשית 2:24 שטייט אַז אַ מאַן מעג איבערלאָזן די מאַמע כּדי צו וווינען מיט זײַן ווײַב. אָבער זי האָט זיך נישט געקענט באַרויִקן, אַפֿילו ווען איך האָב דאָרט געקראָגן אַ שטעלע אין אַן אוניווערסיטעט.
מײַן מאַמע האָט איר געקלונגען יעדן אָוונט געווויר ווערן וואָס זי מאַכט, און דאָס האָט עס געמאַכט נאָך ערגער. קלאַראַ האָט געגעבן אַ שפּרונג יעדעס מאָל וואָס ס׳האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן. קלאַראַ האָט געבעטן איך זאָל הייסן די מאַמען אין גאַנצן נישט קלינגען, אָבער ווי באַליידיקט מען אַ מאַמען אַזוי?
קלאַראַ איז געגאַנגען פֿון איין דאָקטער צום צווייטן, ביז אַ גרויסער פּראָפֿעסאָר האָט געזאָגט, אַז מע מוז איר אָפּערירן. קלאַראַ איז מיט דעם געווען צופֿרידן ווײַל זי האָט געמיינט אַז איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל וועט מען איר העלפֿן און אַרויסשנײַדן די פֿאַרשוואַנגער־מניעה און מיר וועלן האָבן אַ קינד. וואָס מ׳האָט אַרויסגעשניטן ווייס איך נישט. די דאָקטוירים האָבן געזאָגט אַז אַלץ איז גוט געגאַנגען נאָך דער אָפּעראַציע, אַלץ איז אין אָרדענונג, בעסער קען נישט זײַן. אָבער קלאַראַ האָט נישט אויפֿגעהערט צו בלוטיקן און שרײַען פֿון ווייטיק. איך האָב פֿאַרלוירן די אַרבעט, וואָס האָט איר געאַרט מער פֿאַר מיר. איך האָב זי נישט געוואָלט לאָזן מיט פֿרעמדע לײַט, ווײַל נאָר מיט מיר האָט זי געזאָגט פֿילט זי זיך אַ קאָפּינקע בעסער. זי איז געווען אין גיהנום, און איך מיט איר צוזאַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.