אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל האָב איך אַרומגערעדט די שאַבלאָנען וועלכע הערשן בײַם הײַנטיקן ציבור כּלפּי דער ייִדישער שפּראַך. דאָס מאָל וועל איך זיך אָפּשטעלן אויף קאָנקרעטע בײַשפּילן, ווי אַזוי געוויסע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן דרינגען אַרײַן אין העברעיִש. אין די לעצטע יאָרן הערט מען מער אַזעלכע ווערטער, ווײַל סײַ אין דער וועלט פֿון רעקלאַמע און פּאָליטיק סײַ אין טאָגטעגלעכע שמועסן, קומט ייִדיש, אַ פּנים, גאָר צונוץ. מע זעט אָבער די זעלבע טענדענץ מיט ענגלישע און אַראַבישע ווערטער אין העברעיִש און מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז עס הערשט אַ שטיקל קאָנקורענץ צווישן די דרײַ „פֿרעמדע” שפּראַכן, דורך דעם וואָס יעדע פֿון זיי שטרעבט דורך אירע אייגנאַרטיקע בײַשטײַערונגען זיך אײַנצובירגערן מער און מער אין העברעיִש.
לאָמיר אָנהייבן אויפן קולינאַרן געביט. לעצטנס האָט מען אויף טעלעוויזיע געזען אַ רעקלאַמע פֿאַר דער פֿירמע „נביעות‟ מיטן קעפּל push and shake [גיט אַ שטופּ און אַ שאָקל]. אַ בחור פּרוּווט עפֿענען פֿאַרשידענע אָביעקטן, אָבער אָן הצלחה. אַ מאָל איז עס אַ חיה, אַ מאָל אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט און צווישן זיי — אַ פּאָרציע געפֿילטע פֿיש. נאָך יעדן פּרוּוו מאַכט ער, אויס פֿרוסטרירונג, אַ קרומע מינע. צום סוף נעמט ער אַ פֿלעשל וואַסער; ער גיט אַ שטופּ און אַ שאָקל, גיסט זיך גלײַך אַרויס אַ רויטע, זיסע פֿליסיקייט. ער נעמט אַ שלוק פֿונעם געטראַנק און דאָס פּנים צעשטראַלט זיך. אַ סך טעלעוויזיע־צוקוקערס האָבן עפֿנטלעך פּראָטעסטירט קעגן דער רעקלאַמע, הלמאי דער בחור פֿאַרקרימט זיך דאָס פּנים איבער די געפֿילטע פֿיש וואָס איז, געוויס, אַ כאַראַקטעריסטיש מאכל פֿון אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די פּראָטעסטן האָט מען באַשלאָסן אַרויסצושנײַדן יענעם טייל פֿון דער רעקלאַמע. די געזעלשאַפֿט „נביעות” (נעוויאָט) האָט אַזוי אַרום אַרויסגעוויזן איר סענסיטיווקייט צום פּובליקום וואָס האָט, אַ פּנים, אַ סימפּאַטיע צו אַשכּנזיש־ייִדישע פּאָטראַוועס.
דער פֿאַל איז אפֿשר אַ ביסל אַן אויסנאַם, ווײַל ווען די פּראָדוצענטן פֿלעכטן אַרײַן אַ ייִדיש וואָרט אויף אַ מאכל־רעקלאַמע איז עס געוויינטלעך מיט אַ פּאָזיטיווער קאָנוטאַציע. אין פֿאַל פֿון די בייגעלעך פֿון דער געזעלשאַפֿט „אוסם‟ [אָסעם] וויטאַ, למשל, איז דער נאָמען אַליין שוין גאַנץ ייִדישלעך.
שוין לאַנג איז אין ישׂראל זייער פֿאַרשפּרייט דאָס וואָרט „ביס‟ און מיר טרעפֿן זיך אָפֿט אָן מיט דעם אויסדרוק אין די רעקלאַמעס: „תֶן ביס”, גיב אַ ביס.
ווען ס׳רעדט זיך אָבער וועגן פּאָליטיק איז פּונקט פֿאַרקערט. אויף דעם געביט נייטיקט מען זיך אין געווער, כּדי פּסלן דעם פּאָליטישן אָפּאָנענט אָדער באַשרײַבן ווי טיף אין בלאָטע איז די לאַגע. דעריבער הערט מען אָפֿט אַזעלכע שוידערלעכע שפּאָטישע רייד און באַשולדיקונגען ווי „געטאָ”, „גלותי”, „חלמאי”, באַגריפֿן וועלכע אין אַן אַנדערן קאָנטעקסט וואָלטן דערוועקט מער פֿאַרשטאַנד און עמפּאַטיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.