אויף דער היפּוכדיקער זײַט פֿונעם לאַנד, ווײַט־ווײַט פֿון דער הויפּטשטאָט, געפֿינט זיך ביראָבידזשאַן — דער צענטער פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. הגם דער סאָוועטישער פּראָיעקט צו שאַפֿן דאָרטן אַ וועלט־גרויסן ייִדישן ייִשובֿ איז דורכגעפֿאַלן, געפֿינט זיך אין דער שטאָט די איינציקע מלוכישע שול אין רוסלאַנד, וווּ די קינדער לערנען זיך ייִדיש. אַ פּאָר זײַטלעך אויף ייִדיש ווערן אויך כּסדר געדרוקט אין דער שטאָטישער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן”. למשל, אינעם פֿרישן נומער פֿונעם 23סטן אויגוסט 2017 איז אַרויס די נײַעס וועגן אַ ספּאָרט־ און פֿאַרווײַלונג־פּראָגראַם פֿאַר די אָרטיקע קינדער־יתומים. אַן אַנדער זײַט איז געווידמעט קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס לידער.
אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט דער באַשיידענער טעטיקייט אַרום ייִדיש, בליט אינעם לאַנד, אָן אַ גוזמא, אַן אַנדער ייִדישע שפּראַך — דזשוהורי, דאָס מאַמע־לשון פֿון די קאַווקאַזישע ייִדן, וואָס אַ גרויסע צאָל פֿון זיי וווינען הײַנט אין פּעטערבורג און מאָסקווע.
דאָס וואָרט „דזשוהורי” מיינט פּשוט „ייִדיש” און איז עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע אייראָפּעיִשע ווערטער, ווי Jewish אויף ענגליש אָדער Juif אויף פֿראַנצויזיש. זי האָט אויך אַ ממשותדיקע צאָל ספּעציפֿישע לשון־קודשדיקע עלעמענטן.
דער פּעטערבורגער „ספֿרדישער צענטער‟, בראָש מיט הרבֿ רשי ראַבאַיעוו, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאָטישע שיל פֿון דאַגעסטאַנער ייִדן, פֿאַרנעמט זיך מיט רעליגיעזער און געזעלשאַפֿטלעכער, אָבער נישט מיט ליטעראַרישער טעטיקייט. להיפּוך, גיט די מאָסקווער דאַגעסטאַנער שיל „בית־תּלחום” אַרויס אַן אייגענע חודשלעכע צײַטונג אויף 24 זײַטן, „סטמעגי”, וווּ עס ווערן כּסדר געדרוקט אויף דזשוהורי לעקציעס פֿון דער שפּראַך, קעסטל־רעטענישן און, צומאָל, אָריגינעלע ווערק. בדרך־כּלל, ווערט אָבער די צײַטונג געדרוקט אויף רוסיש, געווידמעט דעם לעבן פֿון די באַרג־ייִדן אַרום דער וועלט.
די אומגעוויינטלעכע אַברעוויאַטור „סטמעגי” איז די ראָשי־תּיבֿות פֿון זעקס ברידער זאַכאַריאַיעוו, די גרינדער פֿונעם ספּעציעלן פֿאָנד, וואָס שטיצט פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן מיט אַ שײַכות צו די באַרג־ייִדן: ליטעראַרישע, קולטורעלע, רעליגיעזע, מוזיקאַלישע און אַנדערע. די משפּחה שטאַמט פֿונעם שטעטל קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ („דער רויטער ייִשובֿ‟) אין אַזערבײַדזשאַן. דאָס שטעטל איז באַקאַנט ווי דאָס איינציקע אָרט אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ עס וווינען כּמעט נאָר ייִדן, בערך 3,600 נשפֿות. די תּושבֿים רעדן צווישן זיך דזשוהורי. הגם אַ טייל פֿון זיי שטאַמען פֿון אַשכּנזים און אַפֿילו רוסישע פּויערים, וואָס האָבן זיך מגייר געווען אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווערט די שפּראַך הײַנט באַטראַכט ווי אַן אָרטיקער מין ייִדיש, וואָס פֿאַראייניקט דעם גאַנצן ייִדישן ייִשובֿ אינעם שטעטל.
אין דאַגעסטאַן, איינע פֿון די רעפּובליקן אין דער רוסישער פֿעדעראַציע, ענלעך אין אַ געוויסער מאָס צו אַן אַמעריקאַנער שטאַט, האָט דזשוהורי אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס צוזאַמען מיט אַ גאַנצער ריי אַנדערע שפּראַכן. דאַגעסטאַן איז אַ וווּנדערלעכער פֿילשפּראַכיקער ראַיאָן, וווּ דער עולם רעדט אויף 40 באַזונדערע לשונות. ס׳איז שווער אָבער צו באַשטימען, וועלכע אָרטיקע רעד־לשונות דאַרף מען באַטראַכטן ווי אַ שפּראַך פֿאַר זיך, און וועלכע — פֿאַר דיאַלעקטן פֿון דער זעלבער שפּראַך. אַזוי צי אַזוי, בלײַבט דזשוהורי דאָרטן אין דער ליסטע פֿון מלוכיש־געשטיצטע לשונות. די שפּראַך פֿיגורירט אין דער דאַגעסטאַנער שול־ און מעדיאַ־סיסטעם אונטערן נאָמען „טאַטיש‟, ווײַל זי שטעלט מיט זיך טאַקע פֿאָר אַ פֿאָרעם פֿון טאַטיש, איינע פֿון די איראַנישע שפּראַכן, פֿאַרשפּרייט אין אַזערבײַדזשאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.