(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דזשוהורי טאַקע געווען באַטראַכט ווי „טאַטיש‟. אַ גאַנצע ריי „טאַטישע” ביכער, אָנגעשריבן מיט רוסישע אותיות, זענען אַרויס אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, אַרײַנגערעכנט קינדער־מעשׂיות און פּאָעזיע־זאַמלונגען. לכתּחילה האָבן די דאַגעסטאַנער ייִדן זיך באַנוצט מיטן ייִדישן אַלף־בית, ווי דער שטייגער איז מיט די אַנדערע ייִדישע אומגאַנג־שפּראַכן. נאָך דער סאָוועטישער תּקופֿה איז אָבער אָנגענומען געוואָרן דער רוסישער אַלפֿאַבעט. אין אַזערבײַדזשאַן באַנוצט זיך אַ טייל באַרג־ייִדן אויך מיט די לאַטײַנישע אותיות, אויפֿן סמך פֿון אַזערבײַדזשאַניש און טערקיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער רעלאַטיוו־קליינער צאָל טאַטיש־רעדנדיקע מוסולמענער — אַרום 28,000 מענטשן — וואָס בײַ זיי ווערט זייער מאַמע־לשון באַנוצט בלויז אין דער היים, זענען די ייִדישע טאַטיש־רעדער — בערך 80,000 מענטשן — גוט אָרגאַניזירט און מאָטיווירט. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי וווינען הײַנט אין ארץ־ישׂראל און ניו־יאָרק, אָבער די ייִשובֿים אין רוסלאַנד און אַזערבײַדזשאַן זענען געבליבן גאַנץ לעבעדיק. די קינדער קענען, געוויינטלעך, די שפּראַך און רעדן זי נאַטירלעך. אין דער מאָסקווער שיל „בית־תּלחום‟ הערט מען עס אויף יעדן שריט און טריט. ווען איך איך בין אַרײַנגעקומען, האָבן עטלעכע מיטל־יאָריקע מתפּללים געפּרוּווט מיט מיר צו רעדן אויף זייער מאַמע־לשון.
פּראָפֿ׳ דוד כּ״ץ און אַ צאָל אַנדערע אָנגעזעענע ייִדיש־פֿאָרשער באַטאָנען, אַז צווישן אַלע ייִדישע שפּראַכן איז בלויז ייִדיש ממשותדיק אָריגינעל אין אַלע אַספּעקטן. דערצו, האָט קיין אַנדער ייִדישע שפּראַך נישט געשאַפֿן אַזעלכע רײַכע ליטעראַרישע אוצרות. דאָס איז אמת; פֿון דעסט וועגן, פֿאַרדינט דזשוהורי גאַנץ כּשר דעם טיטל פֿון אַן „אַלטערנאַטיוון ייִדיש”. דער חילוק צווישן דער מוסולמענישער, אַרמעניש־קריסטלעכער און ייִדישער פֿאָרעם פֿון טאַטיש איז אַ מינימאַלער. למעשׂה, ווערט די שפּראַך פֿאָרט אַסאָציִיִרט דווקא מיט ייִדן. די ביכער, זשורנאַלן און צײַטונגען, וואָס גייען אַרויס אויף „טאַטיש”, ווערן געדרוקט אויף דזשוהורי.
מיט אַ יאָר צוריק, האָט מרדכי נאַפֿטאַליִעוו, אַן אײַנגעבוירענער תּושבֿ פֿון קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, אַרויסגעגעבן אַ נײַ דזשוהורי־רוסיש ווערטערבוך, מיט דער הילף פֿון דער דערמאָנטער מאָסקווער שטיצע־אָרגאַניזאַציע „סטמעגי”. דער צונויפֿשטעלער גיט איבער, אַז ער האָט געאַרבעט מער ווי 16 יאָר איבער זײַן ווערטערבוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַרקויפֿט אין די ספֿרים־קראָמען פֿון מאָסקווע און פּעטערבורג, וווּ איך האָב מיט גרויס אינטערעס געקויפֿט אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַן ווערק.
אין דאַגעסטאַן און אַזערבײַדזשאַן גייען כּסדר אַרויס ביכער, צײַטונגען און זשורנאַלן אויף ייִדיש־טאַטיש — נישט קיין סך, אָבער אַ מערקווירדיקע צאָל אויסגאַבעס. אין פּעטערבורג איז אינעם יאָר 2014 אַרויס יונאָ איזילאָווס בוך וועגן דער געשיכטע פֿון געוויסע ייִדיש־טאַטישע ווערטער. מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט אַנטאָן אַגאַרונאָוו — אַ געבוירענער אין באַקו, הײַנט וווינט ער אין ארץ־ישׂראל — אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג לידער אויף דער שפּראַך.
צום באַדויערן, ווערט די שעפֿערישע טעטיקייט אויף ייִדיש־טאַטיש אָפֿט פֿאַרקוקט אין דער אַקאַדעמישער וועלט, אַחוץ דעם קליינעם עולם פֿאָרשער פֿון איראַנישע שפּראַכן און דיאַלעקטן. די קאַווקאַזישע ייִדן האַלטן זיך, געוויינטלעך, באַזונדערס, און שטאָלצירן מיט זייער לשון בלויז צווישן זיך. זייער ליטעראַטור טראָגט, בדרך־כּלל, אַן אויסגעשפּראָכן צענטראַל־אַזיאַטישן אָדער כּמו־איראַנישן כאַראַקטער. אין טיפּישע לידער פֿון באַרג־ייִדן גייט אַ רייד וועגן שוואַרץ־אויגיקע מיידלעך, סטאַדעס שאָף אויף די בערג, ווילדע רויזן און אַנדערע פּשוטע שיינקייטן. אַדרבה, מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז זיי דערמאָנען אין די קלאַסישע ייִדיש־לידער וועגן דעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל. פֿון דעסט וועגן, ציט די ייִדיש־טאַטיש פּאָעזיע זעלטן צו דעם אויפֿמערק פֿון קריטיקער, צום באַדויערן, שוין אָפּגערעדט פֿון איבערזעצער.
אַזוי צי אַזוי, בליט אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — רוסלאַנד און אַזערבײַדזשאַן — אַ לעבעדיקע ייִדישע קולטור מיט איר אייגענער שפּראַך, וואָס ווערט, דווקא צוליב איר שטעטלדיקער נאַטירלעכקייט און איזאָלירטקייט, צו אָפֿט פֿאַרקוקט. אין דער אמתן, וואָלט געווען כּדאַי פֿאַר אונדזערע ייִדישיסטן זיך צוצוקוקן בעסער צו זייערע פּערסיש־קאַווקאַזישע קאָלעגן, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז אַן אַנדערע ייִדישע שפּראַך לעבט ווײַטער אין איר נאַטירלעכן מין ייִדישלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.