ווען איר גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, זאָגט די הייליקע תּורה, און דער אייבערשטער העלפֿט אײַך צו באַזיגן דעם שׂונא, קאָנט איר געפֿינען צווישן די געפֿאַנגענע אַ שיינע נישט־ייִדישע פֿרוי און זי נעמען פֿאַר אַ ווײַב. במשך פֿון אַ חודש דאַרף דער פֿאַרכאַפּער באַטראַכטן, צי ער האָט זי נאָך אַלץ ליב; אויב יאָ, מעג ער זי מגייר זײַן און שטעלן די חופּה.
אין קאָנטראַסט מיט די פֿאָריקע פּרשיות אינעם חומש „דבֿרים‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן הויכע עטישע ענינים און טיפֿע כּוונות אין עבֿודת־השם, קלינגט די הײַנטיקע סדרה אין סתּירה מיט די אָנגענומענע הײַנטצײַטיקע מאָראַלישע פּרינציפּן. דער רמב״ם האַלט, אַז ווען דער ייִדישער סאָלדאַט ברענגט די געפֿאַנגענע פֿרוי אַהיים, מעג ער מיט איר איין מאָל האָבן אַ סעקסועלן קאָנטאַקט; דערנאָך מוז ער זי אָבער מגייר זײַן. קיין וואָרט זאָגט ער נישט, אַז זי דאַרף מסכּים זײַן צו האָבן די אינטימע פֿאַרבינדונג מיטן פֿאַרכאַפּער. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין אַזאַ פֿאַל מעג דער סאָלדאַט פֿאַרגוואַלדיקן די געפֿאַנגענע פֿרוי, וועלכע האָט נאָר וואָס פֿאַרלוירן איר מאַן אויפֿן שלאַכטפֿעלד.
וואָס מע זאָל נישט טראַכטן וועגן דעם אויסטערלישן ענין, האָט ער נישט קיין שײַכות צו דער פּראַקטישער הלכה. בזמן־הגלות מעג מען זיך באַשיצן פֿונעם סכּנותדיקן שׂונא, אָבער אייגענע מלחמות מעגן ייִדן נישט פֿירן. ווען משיח וועט קומען, וועט ער איבערנעמען די גאַנצע וועלט אָן קיין קויל און פּולווער, ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט רבי נחמן בראַצלעווער. ממילא, בלײַבט די מעשׂה מיט דער שיינער פֿרוי, די „יפֿת־תּואר‟, בלויז אַן אומגעוויינטלעכע היסטאָרישע טעאָריע. הײַנט טאָרן מיר, אַוודאי, נישט פֿאַרכאַפּן קיין פֿרעמדע פֿרויען אויפֿן שלאַכטפֿעלד. אין דער צוקונפֿט, ווי דער נבֿיא ישעיה זאָגט, וועט מען פֿאַרוואַנדלען די שווערדן אין אַקער־אײַזנס; דער עצם־ענין פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג וועט בטל ווערן.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָנען מיר פֿון דער „יפֿת־תּואר‟ אָפּלערנען דווקא אַ פּאָזיטיוון און גאַנץ אַקטועלן לימוד. די קבלה־ספֿרים און חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז ברוחניות פֿירן מיר כּסדר אַ מלחמה מיט אונדזער יצר־הרע. צו מאָל, ווען מיר געפֿינען אויף דער פֿרעמד אַ שיינע גשמיותדיקע זאַך אָדער קאָנצעפּציע, איז כּדאַי זי „מגייר צו זײַן‟ און פֿאַרוואַנדלען אין אַ טייל פֿון אונדזער ייִדיש לעבן.
אין די קלאַסישע מוסר־ספֿרים שטייט געשריבן, אַז ייִדן זאָלן נאָכמאַכן די קריסטן, וואָס האַלטן זיך שטיל און מיט גרויס דרך־ארץ אין זייערע קלויסטערס. אין אַ סך שילן האָט דער עולם ליב, צום באַדויערן, צו שמועסן אָדער צו טרײַבן רכילות — אַ בפֿירושע עבֿירה. אַפֿילו בײַ די שטרענגסטע חסידים איז פֿאַרשפּרייט דער צווייפֿלהאַפֿטיקער „מינהג‟ צו פּלאַפּלען בעת דער קריאת־התּורה. אין אַזאַ פֿאַל קאָנען די קלויסטערס דינען ווי אַ „יפֿת־תּואר‟ — אַ פֿרעמדע שיינקייט, וואָס מע מעג פֿאָרט פֿאַרוואַנדלען אין אַן „אייגענער פֿרוי‟, אײַנצופֿירן אַן ענלעכן דרך־ארצדיקן שטייגער אין די שילן.
אַוודאי, קאָן מען דערגיין מיט אַזאַ געדאַנקען־גאַנג צו ווײַט. אין די פֿריִיִקע רעפֿאָרמער שילן האָבן די דײַטשישע ייִדן בכּיוון נאָכגעמאַכט די קלויסטערס. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן זיך באַקומען מאָדנע סינאַגאָגעס, וואָס האָבן, נעבעך, פֿאַרלוירן אין גאַנצן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדיש טעם. ווען אַנשטאָט צו פֿאַרכאַפּן די „יפֿת־תּואר‟, מעטאַפֿאָריש גערעדט, הייבט מען אָן סתּם לעבן מיט איר, באַקומט זיך אַ קרומער זיווג.
אין דער זעלבער צײַט, ווײַזט אונדז די הײַנטיקע פּרשה, אַז די גרענעצן צווישן „אונדזער‟ און דער „פֿרעמדער‟ וועלט זענען רעלאַטיוו. אַ סאָלדאַט, וואָס גייט אויף אַ מלחמה קעגן דעם שׂונא, דאַרף פֿײַנט האָבן שׂינאת־מוות אַלע פֿאָרשטייער פֿונעם צד־שכּנגדו. פֿון דעסט וועגן, טרעפֿט זיך, אַז מע פֿאַרליבט זיך אינעם שׂונא. די תּורה באַטאָנט, אַז אין אַזאַ פֿאַל, מיט געוויסע פֿאָרזיכטיקע תּנאָים, קאָן דער שׂונא טאַקע פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ באַליבטן. הגם די תּורה רעדט בגשמיות בלויז וועגן די מענער, בלײַבט דער רוחניותדיקער פּרינציפּ אַקטועל פֿאַר אַלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.