וווּ אַ ייִד פֿאַרקריכט זיך: אַ פּאָר הויזן!

My Travels: Finding A Pair of Pants

YEHUDA BLUM

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published September 15, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

די ערשטע פּאָר מאָל האָב איך געקוויטשעט מיט געלעכטער ווײַל דאָס קלאָרע, ריינע וואַסער האָט געפֿילט אַזוי גוט, אַ מחיה אין אַ הייסן טאָג. קיין פּראָגרעס האָב איך אָבער נישט געמאַכט. ווען איך וואָלט זיך מיט אַזאַ אימפּעט אַוועקגעזעצט אויפֿן באָדן וואָלט איך זיכער געוואָרן ברוין־און־בלוי אָבער אַז מע טוט עס אין וואַסער האָט מיך נישט, אַ דאַנק דעם אייבערשטן, זייער געשאַט.

זיצנדיק אַזוי אויף די וואַסערשטיינער, וואָס זענען געווען נאָך גליטשיקער צוליב די אַלגעס האָב איך דערזען ווי עס שווימט פֿאַרבײַ אַ שטעקן, האָב איך אים געכאַפּט און געניצט כּדי זיך ווידער אויפֿצושטעלן אויף די פֿיס. כ׳האָב אויסגעטאָן די שיך, צוגעבונדן די שנורעוואַדלעס איינע צו דער צווייטער, זיי אויפֿגעהאָנגען איבערן נאַקן און ווײַטער געגאַנגען באָרוועסערהייט. אָנעם שטעקן וואָלט איך זיך מסתּמא געמוזט אונטערגעבן. דער גאַנצער עפּיזאָד האָט זיך בײַ מיר אײַנגעקריצט אין זכּרון און איך האָב באַשלאָסן זיך צו קויפֿן אמתע וואַסערשיך, מ׳זאָל פֿון מיר נישט אָפּלאַכן און איך זאָל פֿון זיך אַליין נישט אָפּלאַכן.

די הויזן זענען אין גאַנצן אַן אַנדער מעשׂה. שוין צענדליקער יאָרן וואָס איך טראָג נישט קיין הוין. אַ מאָל זענען געהאָנגען בײַ מיר אַ פּאָר דזשינס, אַן איבערבלײַב פֿון די קאָלעדזשטעג ווען איך האָב רעבעלירט קעגן פֿרומקייט. איין מאָל אַ יאָר, ווען איך האָב איבערגעקערט די שטוב, ראַמענדיק יעדעס ווינקל פֿון הויז אויף פּסח, פֿלעג איך אָנקוקן די דזשינס, כּדי זיך צו דערמאָנען ווי שלאַנק איך בין אַ מאָל געווען. בײַ מיר אין דער פֿאַנטאַזיע האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז איך וועל נאָך אַ מאָל אין די דזשינס קענען אַרײַן. אָבער נאָכן האָבן פֿיר קינדער האָב איך געמוזט זיך מודה זײַן, אַז איך וועל שוין קיין מאָל מער נישט אויסזען ווי אַ ׳באַרבי דאַל׳, און איך בין אַליין שוין נישט געווען זיכער וועמענס הויזן זיי זענען. האָב איך זיי סוף־כּל־סוף אַרויסגעוואָרפֿן.

נאָר צוריק צו דער רײַזע. איך בין געוואָרן אַן אַנדער מענטש. כ׳האָב זיך געפֿילט פֿרײַ. נאָכן קריכן אויף די בערג, האָב איך שוין מער נישט געטראַכט וועגן שאַנעווען דעם מאַניקיר אָדער די נעגל בכּלל, אָדער צי מײַן שייטל איז שיין פֿאַרקעמט. איך האָב מער געטראַכט וועגן מײַנע צעדראַפּעטע, צעבלוטיקטע קניִעס, און נאָך מער האָב איך געמוזט אין זינען האָבן דער מענטש וואָס קריכט הינטער מיר, ווײַל איך טראָג אַ דזשינס־ספּאָדניצע און אַ מאָל האָב איך זיך געפֿילט אַ ביסל צו פֿרײַ ווײַל ס׳איז מיר געווען עפּעס צו „לופֿטיק‟ פֿון הינטן. זיך אומקערן געבן אַ קוק האָב איך נישט געקענט, איז דער איינציקער מיטל געווען זיך מאַכן נישט וויסנדיק. כ׳בין געווען גאַנץ פֿעיִק בײַם קלעטערן אויף די בערג, און ווען איך האָב געקענט פֿאַרגעסן אַז איך בין אַ פֿרומע פֿרוי, האָב איך שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דער פֿרישער לופֿט, פֿונעם טרוקענעם זוניקן וועטער און פֿון דער שווערער פֿיזישער אָנשטרענגונג וואָס האָט דערוועקט מײַן גאַנצן קערפּער, דערהויבן מײַן געמיט, און מיך געגעבן דאָס געפֿיל אַז אַנשטאָט בלוט האָב איך אַסטי־ספּומאַנטי אין די אָדערן. ווער וויל דען נישט אַזוי פֿילן?

אָבער שפּעטער בײַ דער וועטשערע, האָב איך מורא געהאַט צו קוקן מענטשן אין די אויגן. אפֿשר לאַכן זיי אָפּ פֿון מיר, אַזאַ רויע אָנהייבערין וואָס ווייסט אַפֿילו נישט ווי מע דאַרף זיך אָנטאָן אויף אַזאָ עקספּעדיציע. האָב איך אויסגעקרענקט דעם גאַנצן טאָג, זיך אַנשולדיקט און זיך פֿרי געלייגט שלאָפֿן. פֿאַרן פֿאַרמאַכן די אויגן האָב איך זיך געטרייסט, אַז די מענטשן אויפֿן טור האָבן זייערע אייגענע צרות מיטצוהאַלטן מיטן וועגווײַזער און זיי האָבן מיך אין גאַנצן ניט אַפּגעגעבן קיין אַכט. און אפֿשר פֿאַרקערט: אפֿשר האָבן זיי יאָ וואָס באַמערקט און זענען צו העפֿלעך מיר עפּעס צו זאָגן? ווי עס זאָל נישט זײַן האָב איך באַשלאָסן זיך צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן צו טראָגן אונטער דער ספּאָדניצע ווען איך וועל ווידער קלעטערן אויף די הויכע בערג.

בײַ אַ פֿרומער פֿרוי וואָס וווינט אין אַ פֿרומער געגנט איז עס נישט אַזאַ פּשוטע זאַך זיך צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן. איך פֿלעג אַוודאי זייער אָפֿט, צו אָפֿט אויב איר ווילט וויסן דעם ריינעם אמת, מוזן קויפֿן הויזן פֿאַר די דרײַ ייִנגלעך מײַנע, זאָלן זיי זײַן געזונט (פּו, פּו, פּו) און איך האָב אין דעם ייִנגל־אָפּטייל אין כּל־בו־געשעפֿט עטלעכע מאָל געטראָפֿן פֿרויען פֿון מײַן געגנט אָדער פֿון מײַן שיל. מיר האָבן געשמייכלט איינע צו דער צווייטער דורך דינע ליפּן און אַ קליינעם נייג פֿון קאָפּ געטאָן צו ווײַזן אַ מיטגעפֿיל: אוי, מיר מוזן שוין ווידער קויפֿן הויזן. אָבער וואָס קען מען טאָן? קינדער וואַקסן, קיין עין הרע, און רײַבן גיך אויס די קניִעס פֿון די הויזן.

ס׳איז מיר אין גאַנצן נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז עס וועט מיר אָנקומען מיט די גרינע ווערעם זיך אַליין צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן. איך האָב געדאַרפֿט האָבן דער מאָמעס רייד אין זינען: אַז מע ניצט נישט דעם קאָפּ דאַרף מען ניצן די פֿיס. כ׳האָב בעסער פֿריִער געדאַרפֿט דורכטראַכטן דעם ענין, דאָס הייסט האָבן אַ פּלאַן, אַ סטראַטעגיע.