(די 3 טע זײַט פֿון 3)
און נתן, פֿון וועמען כ’האָב קיין מאָל נישט געהערט קיין קרום וואָרט האָט אָנגעהויבן צו שרײַען: „וואָס? ביסטו משוגע געוואָרן? די פֿירמעס וואָס פֿאַרקויפֿן די פּראָבע־פּעקלעך פֿאַרדינען אַ סך געלט פֿון נאַרישע לײַט. די פֿירמעס ווייסן נישט וואָס זיי טוען. זיי קלײַבן צונויף אַ סך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרקויפֿן די דאַטן און שאַרן געלט ווי מיסט פֿון נאַיִווע שעפּסעלעך ווי דו. זיי פֿאַרשטייען נישט די מוטאַציעס פֿון די קאַמערלעך און זייערע אָפּווײַכן… און דאָס וואָס זיי וועלן דיר זאָגן קען אַפֿילו זײַן אין גאַנצן פֿאַלש!!“ ער האָט גערעדט גאַנצע פֿופֿצן מינוט כּמעט אָן צו כאָפּן אַן אָטעם און דעם אמת געזאָגט האָב איך זייער ווייניק פֿונעם וויסנשאַפֿלעכן זשאַרגאָן פֿאַרשטאַנען. נאָר איך האָב זייער גוט פֿאַרשטאַנען, אַז ער מיינט איך בין אַ שוטה, אַ בהמה. אויב טאַקע אַזוי, איז וואָס? כ’האָב חלילה עמעצן דערהרגעט? נישט מער ווי דאָס געלט איז געגאַנגען אין ניוועץ. אָבער איך האָב אויסגעפֿונען אַז ער איז אַ כּעסן און אַ סנאָב דערצו. נישט אַלע האָבן אַ דאָקטאָראַט אין ראַק־גענעטיק! צעשרײַ איך זיך דען אויף מענטשן פּשוט ווײַל זיי קענען נישט לייענען שלום־עליכם אויף ייִדיש?
נו, מיט צען טעג שפּעטער האָב איך דורך בליצפּאָסט באַקומען די רעזולטאַטן און ער, נתן, איז געווען, מער ווייניקער, גערעכט. איך האָב דאַרטן גאָרנישט געלייענט וואָס איך האָב נישט שוין פֿון פֿריִער געוווּסט. מײַן אָפּשטאַם איז 98.1 פּראָצענט אייראָפּעיִש און 1.9 פּראָצענט מיטל־מיזרחדיק. ברוך השם, איך האָב נישט קיין שום קרענק און איך בין נישט קיין פֿאַרשפּרייטערין פֿון קיין שום קרענק (אויב מע קען דעם באַריכט גלויבן!) די אַנדערע זאַכן וואָס שטייען דאָרטן געשריבן זײַנען:
*בײַ מיר איז דער צוויטער פֿוספֿינגער פֿונעם גראָבן לענגער ווי דער גראָבער: דאָס איז אמת און דערפֿאַר קומט מיר אָן מיט די גרינע ווערעם צו קויפֿן באַקוועמע שיך.
*איך קען נישט פֿאַרדײען מילך. דאָס האָט נאָר פּאַסירט מיט קנאַפּע איין יאָר צוריק. איך מוז יעצט אײַננעמען לאַקטאָס־טאַבלעטן אָדער עסן ווייניקער קעז. נישט קיין גרויסע שוועריקייט. כ’האָב שוין מיט מזל פֿאַרלוירן צוויי פֿונט.
*איך קען עסן וויפֿל פֿעטס איך וויל און נישט אָנלייגן קיין וואָג. הלוואַי!
*איך קען שפּירן ווען מע קאָכט ספּאַרזשע. איך קען שפּירן אַ סך זאַכן. איז וואָס?
און עטלעכע אַנדערע נאַרישע באַמערקונגען וואָס גייען מיר אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי, אָבער ס’איז פֿאָרט אינטערעסאַנט וואָס מע קען דאָס אַרויסדרינגען פֿון אַ ביסל שפּײַעכץ. מער אינטערעסאַנט איז, אַז מע האָט גאָרנישט געשריבן וועגן אַ גענע וואָס איך ווייס אויף זיכער, אַז איך האָב זי: די cilantro גענע פֿון וועלכער איך לײַד טאַקע אַ סך, ווײַל ווען איך נעם אין מויל אַרײַן עפּעס מיטן מינדסטן פּיצל cilantro מוז איך דאָס גלײַך אויסשפּײַען ווײַל איך מײן אַז איך האָב זייף אין מויל. און איך בין נישט די איינציקע. אַ סך מענטשן האָבן די גענע, אָבער דאָס האָט מען נישט דערמאָנט.
די אונטערשטע שורה איז ב“ה האָט מען נישט געפֿונען בײַ מיר קיין קרענק און דאָס אַליין איז געווען ווערט דאָס געלט. דאָס וויל איך גלויבן. די אַנדערע באַמערקונגען וואָלטן מיר אַ פֿאָרזאָגערין אויף אַ יאַריד וואָס קוקט אויף די ליניעס אויף דער דלאָניע אָדער אין אַ קרישטאָלענעם קײַלעך מיר אויך געקענט זאָגן. איך באַדויער נישט דאָס געלט. אַז מע פּרוּווט נישט ווייסט מען נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.