פּונקט אַזוי ווי די ייִדישיסטישע וועלט בכלל און די וועלט פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן בפֿרט, מאַכט די קלעזמער־וועלט איצט דורך אַ מין קריזיס פֿון אידענטיטעט צוליב דעם וואָס דער עלטערער דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה דורכגעזאַפּט מיט ייִדישער קולטור, איז כּמעט אין גאַנצן אַוועק.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס די צאָל קלעזמער־מוזיקער איז הײַנט אַ סך העכער ווי די צאָל מענטשן וואָס שרײַבן ליטעראַטור אויף ייִדיש, איז דער מצבֿ אין געוויסע אַספּעקטן נאָך שווערער בײַ די קלעזמאָרים ווי בײַ די ייִדישע שרײַבער. כאָטש דער ליטעראַרישער פֿאָדעם אויף ייִדיש איז אַ סך קלענער ווי ס׳איז געווען מיט אַפֿילו אַ דור צוריק, איז ער קיינמאָל ניט אין גאַנצן איבערגעריסן געוואָרן. די גאָלדענע קייט פֿון דער קלעזמער־טראַדיציע איז אָבער יאָ איבערגעריסן געוואָרן, ביז מע האָט אָנגעהויבן ווידער אויפֿצולעבן די דאָזיקע מוזיק אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. די לעצטע אימיגראַנטישע קלעזמאָרים פֿונעם עלטערן דור ווי, למשל, דייוו טאַראַס, פֿון וועמען די ייִנגערע קלעזמאָרים האָבן זיך געלערנט און אײַנגעזאַפּט דעם טעם פֿון דער אַלטער מיזרח־אייראָפּעיִשער קלעזמער־טראַדיציע, זענען שוין אַ פֿערטל יאָרהונדערט אויף יענער וועלט; און זייערע תּלמידים, די דעמאָלט־ייִנגערע קלעזמאָרים ווי אַנדי סטאַטמאַן און הענעך סאַפּאָזשניק, זענען הײַנט שוין אַליין מיטגלידער פֿונעם עלטערן דור.
אַז די תּקופֿה פֿונעם „קלעזמער־אויפֿלעב‟ איז שוין פֿאַרבײַ און די ייִנגערע מוזיקער לערנען זיך איצט קלעזמער־מוזיק פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע קוואַלן און שפּילן דערצו אויף גאָר באַזונדערע אופֿנים, פֿרעגן אָפֿט די הײַנטיקע קלעזמאָרים צי עס קומט פֿאָר אַ מין קולטורעלע „ירידת הדורות‟. אויב יאָ, וואָס וועט זײַן די צוקונפֿט פֿון דער קלעזמער־מוזיק? וואָס באַטײַט הײַנט די „קלעזמער־מוזיק‟, ווען די מוזיק אַליין טראָגט גאָר שטאַרקע השפּעות פֿון דזשעז, באַלקאַנישע מוזיק און אַפֿילו אַ מאָל „רעפּ‟ און טאַנגאָ? וואָס מיינט הײַנט בכלל, אינעם 21סטן יאָרהונדערט, צו זײַן אַ קלעזמער?
אַזעלכע פֿראַגעס פֿון אידענטיטעט און המשכדיקייט זענען דער קערן פֿונעם נײַעם פּאָדקאַסט Radiant Others, אין וועלכן דער טרומייט־שפּילער דאַן בלאַקסבערג פֿירט פּרטימדיקע דיסקוסיעס מיט אַנדערע קלעזמער־מוזיקער וועגן אַזעלכע טעמעס. אין אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט בלאַקסבערג דערקלערט, אַז די אינספּיראַציע צו שאַפֿן דעם פּאָדקאַסט איז געקומען סײַ פֿון געשיכטע־בעל־פּה אינטערוויוען, סײַ פֿונעם קאָמיקער מאַרק מאַראָנס פּאָדקאַסט, אין וועלכן ער פֿירט פּרטימדיקע שמועסן מיט אַנדערע קאָמיקער וועגן זייער צוגאַנג צו זייער קונסט און זייער אידענטיטעט ווי קאָמיקער.
„איצט אַז איך בין שוין אין די דרײַסיקער הייב איך אָן זיך צו פֿילן אַז ס׳איז ניטאָ קיין מוזיקער ייִנגער פֿון מיר, וואָס זענען אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דער קלעזמער־מוזיק, ווי איך בין יונגערהייט געווען,‟ האָט בלאַקסבערג דערקלערט. „איך פֿיל ווי איינער פֿון די ׳ייִנגסטע עלטערע־לײַט׳ ווי פּיט סאָקאָלאָוו פֿלעגט זיך אויסדריקן. בײַ מיר איז דאָס פֿאַרברענגען מיט די מוזיק־לערער אין ׳קלעזקאַנאַדע׳ און הערן זייערע מעשׂיות און לעבנס־דערפֿאַרונגען געווען איינער פֿון די הויפּט־אופֿנים, ווי אַזוי איך האָב זיך אויסגעלערנט די קולטור. איך האָב געוואָלט איבערגעבן די הײַנטיקע יונגע קלעזמאָרים אַן אופֿן צו הערן ענלעכע דערציילונגען פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע מוזיקער וואָס זענען אַקטיוו אינעם פֿעלד, און איך האָב געטראַכט אַז אַ פּאָדקאַסט וואָלט געקענט שפּילן אַן ענלעכע ראָלע ווי די שמועסן אין ׳קלעזקאַנאַדע׳ האָבן געשפּילט בײַ מיר.‟
אין דעם ערשטן סעזאָן פון Radiant Others, וואָס באַשטייט פֿון זעקס עפּיזאָדן, האָט בלאַקסבערג אינטערוויויִרט דעם קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, דעם צימבל־שפּילער פּיט רושעפֿסקי, דעם עטנאָמוזיקאָלאָג זאבֿ פֿעלדמאַן, די ייִדישע פֿאָלקזינגערס דזשאַש וואַלעצקי און שירה ליפּאָווסקי, דעם מוזיק־היסטאָריקער מאַרק סלאָבין און די קאַפּעליע ”וואַרעצקי פּאַס“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.