(די 2 טע זײַט פֿון 3)
איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אויב כ׳קען כאָטש מאַכן אַ שפּאַרונקע צווישן דעם טעלער און די פּאַטעלניע וואָלט עס אַרײַנגעלאָזט אַ ביסל לופֿט, וואָלט איך געקענט צעטיילן דעם טעלער פֿון דער פּאַטעלניע. האָב איך גענומען אַ שפּיציקן מעסער און געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות דעם שפּיץ קלינגל אַרײַנקוועטשן צווישן טעלער און די פּאַטעלניע. דער מעסער איז נישט אַרײַן אַפֿילו די ברייט פֿון אַ האָר, אָבער ער האָט יאָ זיך אַ גליטש געטאָן איבערן טעלער און איז גלײַך אַרײַן אינעם פֿלייש אונטער מײַן גראָבן פֿינגער אויף דער לינקער האַנט וואָס האָט פֿעסט געהאַלטן די פּאַטעלניע. כ׳האָב געגעבן אַ קוויטש ווי אַ ווילדע חיה, אָבער ס׳איז נישט געווען ווער ס׳זאָל הערן, ווער ס׳זאָל העלפֿן. די גאַנצע פּאַטעלניע צוזאַמען מיטן טעלער איז געפֿאַלן אויף דער פּאָדלאָגע מיט אַ טראַסק! אָבער זיי האָבן זיך געהאַלטן צוזאַמען ווי זײ וואָלטן זיך געהאַט צונויפֿגעוואָקסן.
בלוט איז גערונען פֿון דער האַנט און כ׳האָב זיך גוט צעוויינט, גיך געכאַפּט אַ שטשערקע, אײַנגעבונדן דעם וווּנד, און זיך אַוועקגעזעצט ביז כ׳האָב זיך אַ ביסל באַרויִקט. אַן אַנדער מענטש וואָלט די גאַנצע זאַך שוין לאַנג געהאַט אַוועקגעוואָרפֿן און אַ סוף זאָל עס נעמען. כ׳ווייס אַליין נישט פֿאַר וואָס איך האָב דאָס נישט געטאָן. אַזאַן עקשנטע בין איך? ווײַזט אויס, אַז יאָ.
דאָס בלוט האָט דורכגעווייקט דעם הוק־שטוק באַנדאַזש און איך קלער נאָך וואָס דאָ צו טאָן. איך האָב אַרויסגענומען פֿון שופֿלאָד איינע פֿון דער מאַמעס זילבערנע מעסערס און געטראַכט, אַז דאָס וועט אין דעם פֿאַל העלפֿן ווײַל דאָס קלינגל איז זייער דין. קינד און קייט ווייסן אַז זילבער איז שיין אָבער נישט זייער שטאַרק. נו, איינס און צוויי, האָט זיך דאָס קלינגל צעבראָכן און ערשט יעצט בין איך גוט אין כּעס געוואָרן.
כ׳האָב אויפֿגעהויבן די פּאַטעלניע, זי אָנגעקוקט מיט האַס, זיך אָנגעטאָן אַ קאָכהענטשקע איבער דער פֿאַרוווּנדיקטער האַנט, גענומען אַ הילצערן העמערל אין דער רעכטער האַנט און אָנגעהויבן פֿעסט האַקן דעם צעבראָכענעם מעסער בײַם ברעג טעלער. דער טעלער האָט זיך צעבראָכן אויף פּיץ־פּיצלעך. די קליינע שערבלעך גלאָז (קאָרעל איז דאָך אַ מין גלאָז) זענען צעשפּרונגען אין אַלע ריכטונגען. אַ דאַנק דעם אייבערשטן, פּו, פּו, פּו, וואָס איך טראָג ברילן און גאָרנישט איז מיר אַרײַן אין די אויגן.
האָב איך געמיינט, אַז איך וועל אויסקערן די שערבלעך און אויסוואַשן די פּאַטעלניע, אָבער אינטערעסאַנט איז, אַז דאָס גלאָז פֿון טעלער האַט זיך טאַקע געהאַט צונויפֿגעשמאָלצן מיטן מעטאַל פֿון דער פּאַטעלניע און ס׳איז געבליבן אַ גלעזערן רינגל אַרום און אַרום. ערשט יעצט האָב איך אַרויסגעוואָרפֿן די פּאַטעלניע. כ׳האָב געקלונגען דעם דאָקטער און געמאַכט אַ באַשטעלונג אויף דעם צווייטן פֿרימאָרגן ער זאָל מיר באַקוקן די האַנט.
דערווײַל האָט ער מיך געהייסן באַגיסן דעם וווּנד מיט וואַסערשטאָף־סופּעראָקסיד און באַשמירן מיט אַן אַנטיביאָטיק־מאַשטש. דערנאָך האָב איך זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן פֿאָטעל, אַן אויסגעמאַטערטע. קוים וואָס איך האָב כּוח געהאַט צו אָטעמען. כ׳האָב פֿאַרמאַכט די אויגן אָבער דער מוח האָט נאָך געאַרבעט. פֿאַר וואָס האָבן מיר פּאַסירט די אַלע שלעכטע זאַכן? אַוודאי איז מיר נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך בין אַ נאַר און אַן עקשנטע און איך בין זיך אַליין אַ מאָל דער ערגסטער שׂונא. געקומען בין איך אויפֿן ענטפֿער, אַז עמעצער האָט אויף מיר געוואָרפֿן אַ גוט־אויג. אַזוי האָט די מאַמע גערופֿן אַן עין־הרע. אין ישׂראַל בין איך אַ מאָל געגאַנגען צון אַ פֿרוי וואָס האָט געוווּסט ווי מע שפּרעכט אָפּ אַן עין־הרע. זי האָט צעשמאָלצן בלײַ און דאָס אַרײַנגעגאָסן אין וואַסער, און לויט וויפֿל בלעזעלעך זענען געוואָרן פֿונעם בלײַ האָט זי געוווּסט וויפֿל עין־הרעס זי האָט געמוזט אָפּשפּרעכן. כ׳האָב זיך געשעמט אַן עצה האַלטן מיט אַ רבֿ, ווײַל כ’האָב געמיינט מע וועט פֿון מיר לאַכן. איז מיר געבליבן נאָר איין מיטל: דאַווענען און זאָגן תּהילים. כ׳האָב געטאָן אַ נדר, אַז איך וועל די וואָך אויסזאָגן דעם גאַנצן ספֿר תּהילים.
אַזוי האָב איך טאַקע געטאָן און ס׳האָט יאָ געהאָלפֿן און נישט געהאָלפֿן. אַז איך האָב אַזוי פֿיל געדאַוונט און אַזוי פֿיל תּהילים געזאָגט, אַז מער קיין שלעכטס זאָל מיך נישט באַפֿאַלן, האָב איך אָנגעהויבן זיך פֿילן עגאָיִסטיש וואָס איך בעט נאָר פֿאָר זיך אַליין, האָב איך אויך געדאַוונט, אַז די קינדער און די אייניקלעך זאָלן מיר זײַן געזונט און שטאַרק, און כ׳האָב נאָך דעם צוגעגעבן אַ געבעט פֿאַר פּרנסה. וואָס האָט דאָס געקענט שאַטן? דאָס איז נישט עגאָיִסטיש ווײַל כ׳וואָלט פֿון וואָס עס זאָל נישט זײַן עפּעס איבעריקס געגעבן מעשׂר.
ס׳איז מיר נישט אָנגעקומען גרינג מקיים זײַן דעם נדר. יעדע פֿרײַע מינוט האָב איך גענומען דאָס תּהילימל אין דער האַנט און געזאָגט אַ קאַפּיטל צי כאָטש עטלעכע פּסוקים. כ׳האָב כּמעט גאָרנישט אַנדערש געקענט טאָן. כ’האָב נאָר געהאַט תּהילים אין קאָפּ. דעם אמת געזאָגט האָב איך געמוזט זאָגן דעם ספֿר תּהילים מער ווי איין מאָל ווײַל אַ מאָל האָב איך גאָר פֿאַרגעסן וווּ איך האַלט, בין איך צוריק מיט עטלעכע קאַפּיטלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.