(די 3 טע זײַט פֿון 3)
נאָך דער שווערער וואָך פֿון אַזוי פֿיל זאָגן, בין איך געגאַנגען אין ביבליאָטעק אָפּגעבן עטלעכע ביכער. ס׳איז געווען האַרבסט, און עס האָט געבלאָזן אַ ווינטל. געפֿאַלענע בלעטלעך האָבן זיך געשאַרט איבער די שיך, און איך האָב געזען אַן אינטערעסאַנט בלעטל, אַ ביסל אַנדערש ווי די אַנדערע. עס איז גרינער ווי די אַנדערע און האָט נאָך אַ ביסל ראָזעווע קאָליר אין זיך. איך בייג זיך איבער אין הייב אויף דאָס שיין בלעטל און זע נישט אַנדערש נאָר איך האַלט אין דער האַנט אַ הונדערטער! איך קען זיך נישט אָפּוווּנדערן. איך האָב קיין מאָל נישט געהאַלטן אַ הונדערטער אין דער האַנט. עס ווערט מיר נישט גוט און עס הייבט מיר אָן צו שוויצן. איך זעץ זיך אויף אַ מינוט אַוועק אויף אַ באַנק פֿאָר דער ביבליאָטעק און איך טראַכט, אַז אפֿשר איז דאָס אַזוי אַ שפּיצל וואָס מע טוט פֿאַר אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם צו זען וואָס מענטשן וועלן טאָן ווען זיי געפֿינען אַ הונדערטער. און אויב אַזוי איז דאָס מסתּמא אַפֿילו נישט קיין עכטער באַנקנאָט. איך שטעל זיך ווידער אויף די פֿיס און גיי פּאַמעלעך אַרײַן אין ביבליאָטעק. איך גיי צו צו אַ ביבליאָטעקערין און ווײַז איר דעם הונדערטער.
„איז דאָס אַ גיייִקער הונדערטער? איך האָב אַזאַס קיין מאָל נישט געזען,” האָב איך געפֿרעגט.
„איך ווייס נישט,” האָט זי מיר געענטפֿערט, „אָבער איך וועל פֿרעגן די אַנדערע אַרבעטער,” און זי נעמט אים צו און פֿאַרשווינדט דורך אַ הינטערשטער טיר. איך טראַכט צו זיך, אַז איך וועל מסתּמא דעם הונדערטער מער נישט זען, און ס’וועט בעסער זײַן אַזוי, ווײַל אויב איך האָב אים געפֿונען מײנט עס אַז עמעצער האָט אים פֿאַרלוירן. און אפֿשר קומט עמעצער באַלד צו צו מיר און זאָגט, „כאַ־כאַ!” אַז מע האָט מיך אָפּגענאַרט.
אָבער די ביבלאָטעקערין קומט באַלד צוריק, גיט מיר אָפּ דאָס געלט און זאָגט, „די אַנדער זענען נישט זיכער צי דאָס איז עכט. איינער האָט געזאָגט יאָ און אַ צווייטער האָט אים אָנגעטאַפּט און געזאָגט, אַז ער איז צו דין צו זײַן אַן אמתער באַנקנאָט. פֿרעגט אין אַ באַנק. אפֿשר האָסטו הײַנט מזל!” און זי האָט מיר געגעבן אַ שמייכל.
ווען איך בין אַרויס פֿון ביבליאָטעק האָב איך זיך גוט אַרומגעקוקט, אָבער קיינער מיט אַן אַפּעראַט איז צו מיר נישט צוגעקומען. איז דאָס ווײַזט אויס נישט געווען קיין שפּיצל פֿון Candid Camera. כ׳בין דאָרטן געשטאַנען אַ לאַנגע צײַט, און פֿאַרשידענע געדאַנקען זענען דורכגעגאַנגען מײַן קאָפּ: כ׳האָב מורא געהאַט דעם הונדערטער צו ווײַזן אין אַ באַנק. אויב ער איז פֿאַלש, אפֿשר וועט מען מיך אַרעסטירן? ס׳איז טאַקע צו שיין, צו פֿילפֿאַרביק צו זײַן אַמעריקאַניש געלט. אין אייראָפּע זענען די באַנקנאָטן זייער קאָליריק, אָבער נישט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. בין איך נישט גלײַך געגאַנגען אין באַנק. כ׳האָב דאָס געלט אַרײַנגעלייגט אין קעשענע, און געטאָן מײַנס. כ׳האָב געהאַט אַ סך אַנדערע זאַכן צו דערליידיקן. אָבער ווען איך בין אַהיים געקומען האָב איך גלײַך אָנגעקלונגען דעם זון וואָס האָט באַקומען זײַן סמיכה פֿון לענדערס און אים געפֿרעגט די דינים פֿון השבֿת־אַבֿדה, און ווײַזט אויס, אַז דאָס געלט איז הפֿקר ווײַל עס האָט נישט קיין סימן אויף זיך צו ווײַזן וועמענס עס איז, מוז איך זיך נישט נאָכפֿרעגן בײַ קיינעם נישט צי עמעצער האָט וואָס פֿאַרלוירן, ווײַל עס זענען נישט געווען קיין מענטשן אַרום מיר, נאָר אַ הונדערט אויטאָס.
דעם צווייטן טאַג האָט מען מיר אין באַנק געזאָגט, אַז דער הונדערטער טויג, האָב איך אים אַרײַנגעלייגט צו זיך אין קאָנטע. וואָלט איר געמיינט, אַז איך וואָלט געווען צופֿרידן, ווײַל געפֿינען דאָס געלט איז געווען אַ זיכערער סימן פֿונעם אייבערשטן, אַז איך בין שוין מער נישט אונטער דער השפּעה פֿון דער עין־הרע. אָבער אָט איצט האָב איך זיך אָנגעהויבן זאָרגן נאָך מער ווי פֿריִער. און איך האָב געקלונגען דעם זון נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל מיט פֿראַגעס: אפֿשר האָב איך גאָרנישט געדאַרפֿט אויפֿהייבן דאָס געלט. אפֿשר וואָלט אַן אַנדערער מער געדאַרפֿט דאָס געלט ווי איך? ביז איך האָב געהערט אומגעדולד אין זײַן קול. האָב איך אויפֿגעהערט קלינגען, און די נישט־פֿאַרענטפֿערטע פֿראַגעס זענען מיר אַרײַנגעקראָכן אין די חלומות, און איך האָב זיך עטלעכע נעכט געדרייט ווי אַ וואָרעם און נישט געקענט אײַנשלאָפֿן, טראַכטנדיק פֿון אַן אָרעמער מאַמע מיט אַ קראַנק קינד, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט, וואָס וואָלט געקענט בעסער ניצן דעם הונדערטער אויף אַ דאָקטער. אָדער אַ טאַטע וואָס מע האָט אים לעצטנס אָפּגעזאָגט פֿון דער אַרבעט און עס פֿעלט אים פּונקט הונדערט דאָלער צו באַצאָלן דירה־געלט, אָדער און אָדער. צום סוף האָב איך געמוזט אײַננעמען אַ שלאָפֿטאַבלעט און גיין רעדן מיט אַ טערעפּעווטקע, וואָס האָט מיך געהייסן אויסשטעלן אַ טשעק צו אַ שפּיטאָל פֿאַר קראַנקע קינדער פֿאַר הונדערט דאָלער. ביסלעכווײַז איז מיר געוואָרן בעסער, אָבער טראַכטנדיק צוריק צו דער צײַט, ווייס איך נישט וואָס איז געווען ערגער: לײַדן פֿון אַן עין־הרע צי פֿון מזל?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.