ווער פֿון אײַך האָט נישט געהאַט אַזאַ טאָג ווען דאָס שטיקל ברויט פֿאַלט נישט מיט דער פּוטער אַראָפּ? ווען מע פֿאַרלייגט עפּעס און מע זוכט און זוכט, און די זאַך — לאָמיר זאַגן אַ זייגערל — איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
און אַפֿילו אַ וואָך שפּעטער האָט זיך דאָס זייגערל נאָך נישט אָפּגעפֿונען און סע הייבט זיך דיר אָן דאַכטן צי מ׳האָט בכלל אַ מאָל געהאַט אַזאַ זייגערל, צי ס׳איז גאָר געווען אַ חלום? ביז אַ חודש שפּעטער געפֿינט מען עס אונטער אַ פּעקל פֿאַרפֿרוירן געהאַקט פֿלייש אין פֿרירקע. ווען דו וואָלטסט נישט בדעה געהאַט צו מאַכן קרעפּלעך וואָלטסטו מסתּמא נישט געפֿונען דאָס זייגערל ביז עטלעכע יאָר שפּעטער ווען דער פֿרידזשידער צעברעכט זיך און האָסט אַ טײַך וואַסער אין קיך און מוזסט אַלץ אַרויסנעמען סײַ פֿון פֿרידזשידער סײַ פֿון דער פֿרירקע, און ווען דו געפֿינסט שוין, סוף־כּל־סוף, דאָס זייגערל, קוקסטו עס אָן און פֿרעגסט זיך אַ וואָסער מאָדנער מענטש האָט צו דיר אין פֿרירקע אַרײַנגעלייגט אַזאַ שיין זייגערל? ווײַל דו דערקענסט אַפֿילו נישט, אַז עס געהערט צו דיר.
נו, דאָס האָט געמוזט זײַן די עלטער־מומע כאַסיע וואָס איז געווען אַ ביסל פֿאַרטשאַדעט דאָס לעצטע מאָל וואָס זי איז בײַ דיר געווען. זי האָט זיך דעמאָלט באַקלאָגט, אַז זי נעמט אײַן אַזוי פֿיל מעדיקאַמענטן און געדענקט נישט ווען מע דאַרף זיי אײַננעמען. ווי אַ סימן האָט זי פֿון קעשענע אַרויסגענומען פֿיר געלע אָפּטייק־פֿלעשעלעך און דיך געפֿרעגט וואָס זי דאַרף יעצט אײַננעמען. דו האָסט אַן אײַזערנעם קאָפּ, זעלטן ווען דו פֿאַרגעסט עפּעס, אָבער דו ביסט נישט קיין רופֿא און ווילסט נישט פּסקנען פֿאַר איר. בײַם אַוועקלייגן די קליינע פֿלעשעלעך האָט זי זיך פֿאַרטשעפּעט אַן אַרבל אין עפּעס און צעקלאַפּט די האַנט. יאָ, יאָ! ווען זי איז געגאַנגען אַרויסנעמען אײַז צוצולייגן צום סיניאַק האָט זי געמוזט דאָס זייגערל אַרײַנלייגן אין פרירקע. אַ נאַרישע, אַלטע ייִדענע.
פֿאַר וואָס האָב איך אָנגעהויבן דערציילן וועגן דער מומע כאַסיע ווען כ׳האָב גאָר געוואָלט רעדן וועגן ברויט וואָס פֿאַלט מיט דער פּוטער אַראָפּ? דאָס הייסט — מזל און שלימזל. ניין, נישט דאָס ייִנגל וואָס שניידט מײַן גראָז, וואָס איז טאַקע אַ שלימזל! אַלץ הייסט אַ שלימזל! איך פֿאַרזעץ בלומען אָדער ציבעלעס און ער דרייט אָן די עלעקטרישע קאָסע, שטעקט אַרײַן די הערערס, דרייט אָן זײַן מוזיק און שנײַדט אָפּ ביז דער ערד דאָס וואָס איך האָב פֿאַרזעצט. איך לויף אים נאָך און שרײַ אויף אים: ”שלימזל! וואָס האָסטו געטאָן?“ אָבער ער האָט זיך פֿאָרשטאָפּט די אויערן און הערט מיך אין גאַנצן נישט. גיי רעד צו אַ לאָקשנטאָפּ! און איך באַצאָל אים נאָך! כ׳האָב נישט דאָס האַרץ אים אָפּצוזאָגן. זײַן מאַמע, אַן אַלמנה, איז נעבעך קראַנק.
אוי, כ׳בין שוין ווידער אַראָפּ פֿון די רעלסן. כ׳האָב אָנגעהויבן רעדן פֿון קלאָץ און געענדיקט מיט בוידעם. דער גאַנצער ענין פֿון מזל פֿאַראינטערעסירט מיך דווקא זייער שטאַרק, ווײַל ס׳איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער קאָמפּליצירטער טעמע פֿון באַשערט!
ווען מ׳לאָזט אַ שאַנקטירל אין קיך אויפֿגעפּראַלט, פֿאָרגעסט מען אין גאַנצן דערפֿון און די ערשטע זאַך אין דער פֿרי, ווען מע וויל זיך מאַכן אַ טעפּעלע קאַווע, גיט דאָס טירל דיר אַ זעץ אין שטערן און איידער וואָס ווען ווערט דיר באמת שוואַרץ פֿאַר די אויגן און ווען דו קענסט שוין ווידער זען זעסטו אַז דו זיצסט אויף דער פּאָדלאָגע מיט אַ צעבלוטיקטן קאָפּ און ווייסט אַפֿילו נישט וואָס ס׳איז דיר געטראָפֿן. צי איז דאָס מיר באַשערט געווען, צי האָב איך פּשוט נישט קיין מזל? און איז עמעצנס מזל נישט קיין באַשערטע זאַך?
אין איינעם אַ שיינעם פֿרימאָרגן האָט זיך מיר געשמעקט שפּיגלאייער. נו, אייער האָב איך געהאַט און בוימל אויך, האָב איך זיך געפּרעגלט אייער. אין מיטן דערינען האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט טאָסט אויך, אָבער כ׳האָב נישט געוואָלט, אַז די אייער זאָלן פֿאַרגליווערט װערן. איז וואָס טוט מען? קיין שטערצל פֿאַר דער מילכיקער פּאַטעלניע האָב איך נישט, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, ווילדע חכמתטע וואָס איך בין, אַז איינע פֿון מײַנע טעלערס איז די זעלבע גרייס ווי די פּאַטעלניע.
האָב איך גענומען איינעם פֿון די „קאָרעל” טעלערס, צוגעדעקט די אייער און פֿאַרטיק. כ׳האָב אַרײַנגעלייגט דאָס ברויט אין אייוועלע, און פּונקט דעמאָלט האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן. אפֿשר וואָלט אַ צװײטער נישט געענטפֿערט, אָבער אפֿשר זוכט עמעצער אַן איבערזעצערקע? און טאַקע, דאָס איז געווען אַ נײַער קליִענט וואָס װיל רעדן מיט מיר וועגן איבערזעצן אַ בוך זכרונות, און די אויערן האָבן מיר אויפֿגעשפּיצט. זייער פֿײַן! עפּעס געדרוקט, אַ סך גרינגער איבערצולייענען ווי אַ כּתבֿ־יד געשריבן אין 1890 פֿון אַ ייִד וואָס איז שוין עובֿר־בטל און שרײַבט איין וואָרט איבערן אַנדערן.
אַוודאי, האָב איך געוואָלט די אַרבעט און אים געוואָלט זאָגן וויפֿל איך נעם דערפֿאַר, און אַוודאי האָט ער מיר געוואָלט דערציילן אַ ביסל (האַ, אַ סך!) וועגן דעם עלטער־זיידנס שווער לעבן, נעבעך. און פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ קליִענט קען מען נישט איבערהאַקן, האָב איך אים אויסגעהערט.
ווען כ׳האָב זיך דערמאָנט אין די אייער איז שוין דאָס ברויט געווען גוט פֿאַרדאַרט און, אַ מאָדנע זאַך, כ׳האָב דעם טעלער נישט געקענט אַראָפּנעמען פֿון דער פּאַטעלניע. שפּעטער ווען כ׳האָב די מעשׂה דערציילט אַ פֿרײַנד האָט ער מיר דערקלערט: „אַלע וואָס האָבן זיך אין הויכשול געלערנט פֿיזיק ווייסן, אַז מעטאַל צעשפּרייט זיך ווען מע הייצט אים אָן און ווערט קלענער ווען אָפּגעקילט.” אָבער איך האָב זיך קיין מאָל קיין פֿיזיק נישט געלערנט, און איך האָב נישט געוווּסט וואָס צו טאָן. האָב איך איבערגעקערט די פּאָטעלנע — גאָרנישט! כ׳האָב געלאָזט וואַסער רינען איבער איר — גאָרנישט! כ׳האָב אַרום און אַרום באַשמירט בוימל— געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.