זינט דעם אומדערוואַרטן נצחון פֿון דאָנאַלד טראָמפּ פֿאַראַיאָריקן נאָוועמבער האָט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟, בראָש מיט דוד מאַנדעלבאַום, פֿאָרגעשטעלט דרײַ פּיעסעס, וואָס די טרופּע האָפֿט, אַז אירע אויפֿפֿירונגען וועלן האָבן וואָס צו זאָגן וועגן דעם אָנגעווייטיקטן פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד.
דורך שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ האָט מאַנדעלבאַום דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַל American Theatre, אַז ער וויל געבן אַ פּירוש אויף דער מאָראַלישער היפּאָקריטישקייט פֿון די כּלומרשט־פֿרומע מענטשן, וואָס מאַכן זיך ניט וויסנדיק ווען זיי געניסן פֿון עפּעס וואָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן קעגן זייערע ווערטן. (מאַנדעלבאַום האָט אינעם אינטערוויו טאַקע זיך פֿאַררופֿן אויפֿן וויצע־פּרעזידענט מײַק פּענץ וואָס האָט, ניט געקוקט אויף דעם וואָס ער האַלט זיך פֿאַר אַ פֿרומען קריסט, איגנאָרירט פּרעזידענט טראָמפּס מיאוסע רייד וועגן פֿרויען).
אין אויגוסט האָט די טרופּע פֿאָרגעשטעלט אַ נײַע ייִדישע איבערזעצונג פֿון עזשען יאָנעסקוס דראַמע „נאָזהאָרן‟, אין וועלכן אַ מיסטעריעזער ווירוס וואָס פֿאַרוואַנדלט די אײַנוווינער פֿון אַ פֿראַנצייזישן שטעטל אין אויפֿגעבראַכטע גראָבהויטיקע חיות דינט ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן אויפֿקום פֿון פֿאַשיזם און, אַ פּנים, די פֿאַשיסטישע טענדענצן פֿון דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע.
איצט שטעלט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ פֿאָר קליפֿאָרד אָדעטס פּיעסע Awake and Sing! אין כאַווער פּאַווערס ייִדישער איבערזעצונג. די שפּיל שילדערט די שוועריקייטן און געשטרויכלטע חלומות פֿון דער משפּחה בערגער בעת דער גרויסער דעפּרעסיע. ווי די ערשטע פּיעסע וואָס האָט אַמאָל געשילדערט אַ ייִדישע משפּחה אויף דער בראָדוויי־בינע, איז „וואַך אויף און זינג!“ אַ שאַרפֿע פּאָליטישע קריטיק פֿונעם „אַמעריקאַער חלום“ וואָס איז בײַ מיליאָנען מענטשן אונטערגעהאַקט געוואָרן דורכן עקאָנאָמישן קראָך פֿון 1929.
כאָטש אָדעטס פּיעסע האָט בײַם ערשטן בליק ווייניקער פֿאַרבינדונגען צום איצטיקן פּאָליטישן מאָמענט ווי יאָנעסקוס „נאָזהאָרן“ אָדער אַשס „גאָט פֿון נקמה“, איז „וואַך אויף און זינג!“ דווקא די וואָס איז צום מערסטנס שייך אונדזער תּקופֿה; ניט ווי אַ קריטיק פֿון טראָמפּ גופֿא, נאָר ווי אַ ביטערער אָפּרוף אויפֿן כּסדר וואַקסנדיקן אונטערשייד צווישן אָרעם און רײַך וואָס הערשט בײַ אונדז זינט דער רייגען־אַדמיניסראַציע.
עס קען אפֿשר קלינגען סתּירותדיק אָבער די רעלעוואַנטקייט פֿון דער איצטיקער אויפֿפֿירונג בײַם הײַנטיקן עולם שטאַמט צום טייל פֿון דעם וואָס דער רעזשיסאָר דוד מאַנדעלבאַום האָט באַשלאָסן ניט אַריבערצושלעפּן די העלדן אין אונדזער הײַנט, נאָר זיי צו לאָזן רויִק בלײַבן אין די 1930ער יאָרן. להיפּוך צו „גאָט פֿון נקמה“, וואָס דער „ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָט פֿאָרגעשטעלט מיט דעקאָראַציעס און קאָסטיומען פֿון אַן אומבאַשטימטער צײַט און אָרט, און „נאָזהאָרן“, וואָס שילדערט געשעענישן וואָס קענען בכלל ניט פֿאָרקומען, ווייסט יעדער איינער וווּ און ווען די איצטיקע אויפֿפֿירונג פֿון „וואַך אויף און זינג!“ קומט פֿאָר. דערפֿאַר קענען ס׳רובֿ מענטשן אין זאַל זיך אידענטיפֿיצירן מיט דער אומגליקלעכער ייִדישער משפּחה, ווײַל זי וואָלט געקענט באַשטיין פֿון זייערע אייגענע באָבע־זיידעס אָדער עלטער־באָבע־זיידעס מיט 85 יאָר צוריק.
ניט בלויז די קאָסטיומען און דעקאָראַציעס — ווי, למשל, אַ גרויסער פֿאַרצײַטישער ראַדיאָ — שפּיגלען אָפּ די 1930ער יאָרן, נאָר אויך די מוזיק און פּראָגראַמען וואָס מע הערט דורך די טראַנסמיסיעס. אין אַ קלוגן באַשלוס מצד דזשעסי פֿרידמאַן, וואָס האָט געשאַפֿן די קלאַנגען אין דער פּיעסע, הערט מען ניט בלויז די פּאָפּולערע ייִדישע און אַמעריקאַנער מוזיק פֿון יענער תּקופֿה, נאָר אויך אויסצוגן פֿון אַלטע ייִדישע „זייף־אָפּערעס“ פֿון WEVD, אַרײַנגערעכנט די ראַדיאָ־דראַמע „צרות בײַ לײַטן“. ס׳איז אַ געוואַלדיקער אויסקלײַב ווײַל אַלע וואָס האָבן זיך אַמאָל צוגעהערט צו דער פּראָגראַם וועלן דערקענען די מעלאָדראַמאַטישע ענלעכקייטן צווישן די העלדן פֿון „צרות בײַ לײַטן“ און די געהאַקטע צרות, וואָס שפּיגלען זיך אָפּ אויף דער בינע.
די פֿירערין פֿון דער דיספֿונקציאָנעלער משפּחה בערגער, בעסי (געשפּילט דורך רונית אַשרי), איז אַ טיראַנישע מרשעת, וואָס קאָמאַנדעוועט איבער אירע דערשלאָגענע קינדער ראַלף (משה לאָבל) און העניע (מירע קעסלער), איר אומבאַהאָלפֿענעם מאַן מײַראָן (אלי ראָזען) און אַפֿילו איר פֿאָטער יעקבֿ (דוד מאַנדעלבאַום אין אַ גוט־צוגעפּאַסטער ראָלע). ווען העניע לאָזט וויסן אירע עלטערן, אַז זי איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן נאָכן שלאָפֿן מיט אַן אומבאַקאַנטן מאַן, באַשליסט בעסי אַז די בעסטע לייזונג איז אײַנצורעדן אַ צווייטן בחור — דעם יאָלד סעם פֿײַנשרײַבער (לוזער טווערסקי) — גלײַך חתונה צו האָבן מיט העניע, ער זאָל מיינען אַז זי טראָגט זײַן קינד. דאָס שפּיצל איז געלונגען אָבער די אײַנדרינגונג פֿונעם משקה־שמוגלער מאָ אַקסלראָד (געראַ סאַנדלער), וואָס וויל חתונה האָבן מיט העניע, באַדראָט דעם פּלאַן.
די אָפֿטע זאָגענישן בײַ די לינקע, אַז „אַלצדינג איז פּאָליטיש‟ און אַז „דאָס וואָס איז פּערזענלעך איז אויך פּאָליטיש‟ ווערן רירנדיק אָפּגעשפּיגלט אין „וואַך אויף און זינג!‟. די גאונות פֿון אָדעטס פּיעסע איז וואָס זי ווײַזט, אָן איבעריקע דידאַקטישע מיטלען, די פֿאַרשידענע אופֿנים ווי דער עקאָנאָמישער קריזיס ווירקט אויף דער משפּחה בערגער און מאַכט פֿון אירע חלומות אַש און פּאָרעך. בקיצור: כּמעט יעדע רײַבונג צווישן די משפּחה־מיטגלידער שטאַמט פֿון דער משפּחהס פֿיאַנאַנציאַלע צרות. העניען מוז מען צווינגען חתונה צו האָבן ווײַל ס׳איז ניטאָ קיין געלט אויסצוהאַלטן זי מיטן קינד. די באַציִונג צווישן ראַלף און זײַן חבֿרטע צעפֿאַלט זיך ווײַל ער האָט ניט קיין פּרנסה און לעבט דערפֿאַר מיט זײַנע עלטערן, און זי דאַרף פֿאַרלאָזן ניו־יאָרק כּדי צו זוכן אַרבעט. יעקבֿ, דער פּאַטריאַרך פֿון דער משפּחה, דאַרף פֿאָלגן די אַלע אַבסורדע באַפֿעלן פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטער טאָכטער, ווײַל ער האָט ניט מיט וואָס צו באַצאָלן פֿאַר אַן אייגענער דירה.
יעדער העלד רעאַגירט אויף זײַנע אומשטענדן לויט זײַן אייגענעם שטייגער. יעקבֿ, אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט וואָס האַלט אין איין ציטירן סײַ קאַרל מאַרקס, סײַ פּסוקים פֿון חומש, רעדט מיט זײַן אייניקל ראַלף וועגן דער „רעוואָלוציע‟ וואָס דאַרף, אָט־אָט, קומען. דער נעבעכדיקער גרינהאָרן סעם פֿײַנשרײַבער, ווען ער האַלט ניט אין מיטן היטן דאָס קינד פֿון אַ צווייטן מאַן, רעאַגירט בכלל ניט בעת זײַן פֿרוי העניע און זײַן שוויגער בעסיע באַהאַנדלען אים ווי אַ קעלבל. לוזער טווערסקי שפּילט פּערפֿעקט אויס די טראַגיקאָמישע ראָלע פֿון אָט דער אומגליקליכער פֿיגור, וואָס גיט די פּיעסע סײַ אירע איינציקע קאָמישע מאָמענטן, סײַ איר בולטסטער סימבאָל פֿון דער מענטשלעכער אונטערדריקונג.
אחרון אחרון הבֿיבֿ איז דאָ בעסיע אַליין, וואָס זעט לכתּחילה אויס ווי סתּם אַ מכשפֿה אָבער וואָס פֿאַרוואַנדלט זיך במשך פֿון דער פּיעסע אין אפֿשר דער טראַגישסטער פֿיגור אויף דער בינע. כאָטש זי פּרובירט כּסדר צו שטערן די חלומות פֿון אירע נאָענטסטע מענטשן, דערזעט מען אין גיכן אַז זי טוט עס אויס ליבע — די גרעסטע יסורים אין איר לעבן זענען דער רעזולטאַט פֿון דעם וואָס אירע אייגענע חלומות זענען קיינמאָל ניט מקיום געוואָרן. אַז דאָס שטרעבן נאָך אַ בעסערן מאָרגן האָט איר בלויז געבראַכט ווייטיק און חרטה, האַלט זי אַז אירע קינדער וועלן ווייניקער לײַדן אויב זיי האָבן נישט קיין טרוימען בכלל. דורכן באַשיצן אירע קינדער פֿון די זעלביקע אַנטוישונגען וואָס זי האָט אַליין דורכגעלעבט, שטערט זי זייערע אייגענע פּרוּוון זיך צו באַפֿרײַען פֿון איר און צו „מאַכן אַ לעבן‟ פֿאַר זיך אַליין. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס דערפֿירט צו דעם, אַז אירע קינדער דערגרייכן גאָרניט און האָבן איר צוליב דעם שטאַרק פֿײַנט. יענער מאָמענט ווען ראַלף הייבט אָן אײַנצוזען פֿאַר וואָס זײַן מאַמע פֿירט זיך אויף אַזוי איז אפֿשר דער רירנדיקסטער פֿון דער פּיעסע.
די עמאָציאָנעלע ווירקונג פֿון אַ פּיעסע שטאַמט, אַוודאי, ניט בלויז פֿונעם דראַמאַטורגס סצענאַר, נאָר אויך פֿון די אַקטיאָרן וואָס באַלעבן אים. מער פֿון אַלע פֿריִערדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ“ שפּילן אַלע אַקטיאָרן וווּנדערלעך סײַ ווי יחידים, סײַ ווי אַ טרופּע. משה לאָבלס געניטער אויפֿטריט ווי ראַלף דינט ווי דער עמאָציאָנעלער יסוד פֿון דער פּראָדוקציע; דוד מאַנדעלבאַומס יעקבֿ און רונית אַשריס בעסי — ווי איר האַרץ. דערצו, געניסט די אויפֿפֿירונג אַ סך פֿון לוזער טווערסקי, אַן אַקטיאָר מיט אַ מאַגנעטיזם וואָס דערלאָזט ניט, מע זאָל פֿון אים אַפֿילו אויף אַ סעקונדע אַוועקרײַסן די אויגן.
די איצטיקע אויפֿפֿירונג איז אויך אַ געראָטענע צוליב דעם וואָס כאַווער פּאַווערס איבערזעצונג ברענגט „וואַך אויף און זינג!“ צוריק צו אירע ייִדישע וואָרצלען. ווען אָדעטס (פֿון דער היים: לויִס גאָראָדעצקי) האָט אָנגעשריבן די פּיעסע זענען אַ טייל פֿון די רעפּליקן געווען אויף ייִדיש און די משפּחה בערגער האָט גערעדט אַן ענגליש וואָס האָט געטראָגן בולטע השפּועת פֿון מאַמע־לשון. כאָטש מע האָט געביטן דעם ענגלישן טעקסט איידער מע האָט אים פֿאָרגעשטעלט אויף בראָדוויי, קען מען גלײַך דערקענען אָדעטס אָריגינעלע ספּעציפֿיש־ייִדישע קנייטשן אין כאַווער פּאַווערס מײַסטערהאַפֿטיקער איבערזעצונג, וואָס מישט צונויף דעם אַמעריקאַנער ייִדיש פֿון זײַן תּקופֿה מיט היימישע ייִדישע אויסדרוקן.
אין די 1930ער יאָרן האָבן אַ סך דראַמע־קריטיקער געהאַלטן, אַז כּדי אַ פּיעסע זאָל זײַן פּאָפּולער, דאַרף זי שילדערן „עטניש־נייטראַלע“ העלדן וואָס זענען ניט אַנדערש פֿון די צוקוקער. צוליב אַזאַ מיינונג האָט אָדעטס געדאַרפֿט בײַטן זײַן סצענאַר, זײַנע העלדן זאָלן חלילה ניט קלינגען „צו ייִדישלעך.“
די איצטיקע פּראָדוקציע פֿון „וואַך אויף און זינג!“ ווײַזט פֿאַרקערט: אַ פּיעסע וועגן ייִדן (אָדער וואָס פֿאַר אַ פֿאָלק עס זאָל ניט זײַן) קען אַפּעלירן צום ברייטן עולם אויב אירע העלדן זענען אינטערעסאַנט און אַנטפּלעקן עפּעס וועגן דעם מענטשלעכן מצבֿ. און נאָך מער: אַז אין דער תּקופֿה פֿון „פֿאַלשע נײַעסן“ און דאָנאַלד טראָמפּ קענען געראָטענע טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען עד־היום דינען ווי אַ שטאַרקע פּאָליטישע קריטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.