ניט געקוקט אויף דער הײַנטיקער ירידה פֿון דער אַמעריקאַנער פּרעסע, בפֿרט בײַ די געדרוקטע אויסגאַבעס, קומט יעדן חודש אַרויס דער „פֿאָרווערטס‟ מיט אַ נײַעם נומער אויף פּאַפּיר. במשך פֿון די לעצטע זעקס יאָר איז דער „פֿאָרווערטס‟ דורכגעגאַנגען צוויי גילגולים — קודם פֿון אַ וואָכנבלאַט אין אַן אויסגאַבע וואָס קומט אַרויס אַלע צוויי וואָכן, און דערנאָך אין אַ חודשלעכן זשורנאַל אויף צײַטונג־פּאַפּיר. במשך פֿון דער צײַט האָט זיך דער פֿאָקוס פֿון דער פּובליקאַציע אַ היפּש ביסל געביטן. אַנשטאָט נײַעס־אַרטיקלען און פּאָליטיק לייגט איצט דער זשורנאַל דעם טראָפּ אויף קולטורעלע ידיעות און פֿאָרשערישע אַרטיקלען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און פּראָפֿילן פֿון אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס.
דער מאַרץ־נומער, וואָס איז לעצטנס אַרויס, איז ספּעציעל רײַך מיט רירנדיקע פּראָפֿילן. ברכה פֿינקעלשטיין שילדערט אין איר אַרטיקל וועגן דער פּוילישער פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ פֿאַר וואָס דווקא אַ ניט־ייִדישע פֿרוי קען מאַכן די סאַמע רירנדיקסטע בילדער פֿון חסידישע מענער וואָס פֿאָרן אויף קבֿר־אָבֿות. דער נומער נעמט אַרײַן אַ ריי פֿון טראַטשעווסקאַס הערלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס דערמאָנען סײַ ראָמאַן ווישניאַק, סײַ דער האָלענדישער מאָלער רעמבראַנדט.
אין אַ צווייטן פֿאַרכאַפּנדיקן פּראָפֿיל באַשרײַבט פֿינקעלשטיין דעם אומדערוואַרטן גײַסטיקן לעבנסוועג פֿון וויליאַם מערוואַרז, אַן איראַנער פֿון מוסלמענישן אָפּשטאַם וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן היימלאַנד נאָך דעם וואָס ער האָט באַשלאָסן אַז ער וויל זיך מגייר זײַן.
אויך שטאַרק אינטערעסאַנט איז דיאַנאַ שפּיראָס פּראָפֿיל פֿונעם ווילנער פֿאָרשער און היסטאָריקער לייזער ראַן, וואָס האָט געקערט וועלטן כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון זײַן היימשטאָט. לכּבֿוד פּסח קענט איר דאָ לייענען זכרונות פֿון די אַמאָליקע סדרים און באַשרײַבונגען פֿון אַלטע הגדות, אַרײַנגערעכנט די הומאָריסטישע באָלשעוויסטישער הגדה.
אַזוי ווי שטענדיק געפֿינען זיך אינעם מאַרץ־נומער „פֿאָרווערטס‟ אַ ריי אַרטיקלען וועגן די לעצטע ידיעות פֿון דער ייִדיש־וועלט. אין זײַן פּראָפֿיל פֿון זכריה שולמאַן, דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע‟, דערקלערט דזשאָרדין קוציק וועגן שולמאַנס פּלענער פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע און פֿאַר וואָס שולמאַן האַלט אַז דווקא מאָנטרעאָל איז דאָס בעסטע אָרט אָנצופֿירן מיט איר שליחות. דער נומער שליסט אויך אַרײַן ידיעות וועגן נײַע ייִדישע פּיעסעס אין ניו־יאָרק, די לעצטע נומערן פֿון ייִדישע צײַטשריפֿטן און ד״ר מיכאל קרוטיקאָווס באַלערנדיקע רעצענזיעס, ווי, למשל, די נײַע צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס לידער און אַ נײַ בוך פֿון ד״ר אַלאַן מינץ ז״ל.
איר קענט דאָ אויך לייענען אַ רירנדיקן עסיי פֿון ד״ר יחיאל שיינטוך וועגן זײַן באַציִונג מיט אַבֿרהם סוצקעווער און אַ מיינונג־אַרטיקל פֿון צוויי לערער אין אַ פּוילישער מיטלשול, אין וועלכן זיי דריקן אויס זייער קעגנערשאַפֿט צום נײַעם פּוילישן געזעץ, וואָס באַגרענעצט וואָס מע מעג זאָגן וועגן דער ראָלע וואָס די פּאָליאַקן האָבן געשפּילט אינעם חורבן.
כּדי צו באַקומען אַלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ קען מען זיך אַבאָנירן דורך אונדזער וועבזײַט. מע קען אויך פֿאַרזיכערן אַז מע באַקומט אַלע אַרטיקלען וואָס דערשײַנען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ דורכן פֿאַרשרײַבן זיך אויף אונדזער טעגלעכן בולעטין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.