יוני־נומער „פֿאָרווערטס‟ שילדערט היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן

June Issue of Forverts Profiles Historical Figures


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 12, 2018.

אַבאָנירט זיך אויפֿן „פֿאָרווערטס‟ הײַנט

דער יוני־נומער „פֿאָרווערטס‟ איז ספּעציעל רײַך אין פּראָפֿילן פֿון היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס. אין זײַן איבערזיכט פֿונעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם לינגוויסט, זשורנאַליסט, פּאָליטיקער און „רענעסאַנס־מענטש‟ נח פּרילוצקי דערקלערט הערשל גלעזער וועגן דער גוואַלדיקער השפּעה וואָס דער ייִדישיסט האָט געהאַט אויף די פּוילישע ייִדן. אין אַ רירנדיקן פּאָרטרעט שילדערט בני מער ווי אַזוי דער פּאָעט בינעם העלער האָט פֿאַרלאָזט דעם קאָמוניזם און איז געוואָרן אַ פֿאַרברענטער ציוניסט. און יחיאל שיינטוך איז ממשיך זײַן באַלערנדיקן עסיי וועגן חיים גראַדע, וועמען ער האַלט פֿאַרן פֿערטן קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַחוץ פּראָפֿילן פֿון היסטאָרישע געשטאַלטן גיט דער יוני־נומער איבער רעפּאָרטאַזשן וועגן הײַנטיקע געשעענישן פֿון איבער דער וועלט. אין אַ לעבעדיקן באַריכט, וואָס באַשײַנט אונדזער דעקל, גיט נפֿתּלי איידלמאַן איבער זײַנע אײַנדרוקן פֿון אַ ריזיקער צערעאָמניע אויפֿן מערבֿ־ברעג, בײַ וועלכער די שומרונים האָבן געשאָכטן הונדערטער שאָף פֿאַרן קרבן־פּסח. אין איר באַריכט פֿון מאָסקווע גיט סאַשע פּאָליאַן איבער אַן אַרײַנבליק אינעם פּראָצעס, ווי אַזוי אַ גרופּע רוסישע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן האָבן געשאַפֿן אַ ייִדיש־ און רוסיש־שפּראַכיקן פֿילם, וואָס שילדערט דעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר. פֿון קראָאַטיע דערציילט דניאל גלאַי אַ באַריכט פֿון זאַפּרעסיטש, וווּ ער איז געפֿאָרן אויף אַ צוזאַמענטרעף פֿון קינסטלער און וויסנשאַפֿטלער.

אַחוץ די ספּעציעלע באַריכטן נעמט דער יוני־נומער אַרײַן איציק גאָטעסמאַנס רעצענזיעס פֿון דרײַ נײַע ייִדישע קאָמפּאַקטדיסקן; דעם המשך פֿון נח באַרעראַס ראָמאַן „דער נעכטיקער־טעגניק‟ און דער דעביוט פֿון אונדזער נײַעם עצה־רובריק „אַ בינטל בליצבריוו.‟

דאָס אַלץ, ווי אויך אַ ריי ידיעות וועגן געשעענישן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, קען מען לייענען אינעם יוני־נומער „פֿאָרווערטס.‟ פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין נומער. אַבאָנירט זיך הײַנט!.