שוין צום פֿינפֿטן מאָל אָרדנט די „פֿאָלקסבינע‟ אײַן אַ ריזיקן קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק אין צענטראַל־פּאַרק ווי אַ טייל פֿון דער סעריע „סאָמער־סטייזש‟. די יערלעכע פּראָגראַם, וואָס האָט אָנגעהויבן ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „קולטורפֿעסט‟ אין 2015, האָט פֿון 2015 ביז 2018 געהייסן „ייִדישע נשמה‟. הײַיאָר וועט דער קאָנצערט, וואָס קומט פֿאָר מיטוואָך, דעם 12טן יוני, זײַן כּמעט אין גאַנצן געווידמעט חזנות. דערפֿאַר וועט די פּראָגראַם טראָגן אַן אַנדער נאָמען — „די ניו־יאָרקער חזנים‟.
עס וועלן אויפֿטרעטן די באַרימטע ניו־יאָרקער חזנים יעקבֿ לעמער (לינקאָן־סקווער־סינאַגאָגע), נתנאל הערשטיק (האַמפּטאָנס־סינאַגאָגע) און עזי שוואַרץ (פּאַרק־עוועניו־סינאַגאָגע). זיי וועלן אויספֿירן די לידער צוזאַמען מיט אַן אָרקעסטער פֿון 16 מוזיקער, דיריגירט פֿון זלמן מלאָטעק. אַחוץ די דרײַ הויפּטשטערנס וועט אויך זינגען שלום לעמער, דער יונגער חסידישער שטערן וואָס האָט פֿאַראַיאָרן אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער ריזיקער מוזיק־פֿירמע Universal און פֿרענק לאָנדאָן, דער טרומייט־שפּילער און קאָמפּאָזיטאָר, וואָס וועט שפּילן אַ נײַעם „קלעזמער־קאָנטשערטאָ פֿאַרן טרומייט‟.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער בײַם „סאָמער־סטיידזש‟ (אַרײַנגאַנג אויף איסט־72סטער גאַס און פֿינפֿטער עוועניו). נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://nytf.org/the-new-york-cantors/.
דעם פֿאָלקסבינעס יערלעכן „סאָמער־סטיידזש‟־קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק מאַכט שוין דורך עטלעכע גילגולים. לכתּחילה איז דער קאָנצערט געווען, דער עיקר, פֿון חסידישע און פֿרומע מוזיקער אָן קיין פֿרויען. אין 2017 האָט מען פּרובירט צו „זינגען אויף ביידע חתונות‟ — האָבן אויך פֿרויען געזונגען, עפּעס וואָס האָט אָפּגעפֿרעמדט געוויסע פֿרומע צוקוקער. אין 2018 זענען כּמעט אַלע זינגער געווען וועלטלעכע און הײַיאָר, זעט אויס, איז די פּראָגראַם ווידער געצילעוועט איבערהויפּט אויפֿן פֿרומען עולם.
אַ ווידעאָ־באַריכט פֿונעם קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟ פֿון 2016 מיט ליפּא שמעלצער קען מען זען דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.